רבי חיים בצלאל פאנעט זצ"ל (כ"ג סיון ה'תקס"ג - י"ט ניסן ה'תרל"ד), רב אין פון טאשנאד. דער עלצטער זון פון מראה יחזקאל.

חיים בצלאל פאנעט
געבורט 13 יוני 1803 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 6 אפריל 1874 (אלט 70) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

אפשטאם רעדאַקטירן

רבי חיים בצלאל איז געבוירן געווארן אין דער שטאט ביליץ, שלעזיע, כ"ג סיון ה'תקס"ג, צו זיין פאטער הרב יחזקאל פאנעט, רב אין קארלסבורג, באקאנט אלס דער מראה יחזקאל. און צו זיין מוטער מרת חיה רחל א טאכטער פון הרב משה העניג פון לינסק, גאליציע.

רבנות רעדאַקטירן

רבי חיים בצלאל איז פון די צוועלף יאר שוין געווען א תלמיד פון חתם סופר, וועלכער האט שטארק געהאלטן פון אים. מיט דעם וואונטש פון ישמח משה איז רבי חיים בצלאל געווארן אויפגענומען נאך אלס בחור, רב אין באלקאן. נאך זיין חתונה האט רבי חיים בצלאל אפגעטרויטן דאס רבנות און געגעסן קעסט ביי זיין שווער צען יאר. אין יאר ה'תקצ"ד איז רבי חיים בצלאל אויפגענומען געווארן רב אין טאשנאד, און איז געווען דארט רב אומגעפער פערציג יאר.

הסתלקות רעדאַקטירן

רבי חיים בצלאל איז נפטר געווארן דעם דריטן טאג חול המועד פסח י"ט ניסן ה'תרל"ד.

פאמיליע רעדאַקטירן

אין יאר ה'תקפ"ג האט רבי חיים בצלאל געהייראט מרת שרה אסתר בלומא א טאכטער פון הרב הגביר לייביש ניילענדער פון אלפאר, לעבען סאטנאוו. פון זייערע קינדער:

זיינע ספרים רעדאַקטירן

  • דרך יבחר - שו"ת
  • ים הרחב - מסכת גיטין

זעט אויך רעדאַקטירן

רעפערענצען רעדאַקטירן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • חכמי טראנסילווניה