ח' (חית) איז דער אכטער אות פון אלף בית.

ח
חית
חית
אלף בית
א ב ג ד ה ו
ז ח ט י כ ל
מ נ ס ע פ צ
  ק ר ש ת  
ענדע אותיות
  ך ם ן ף ץ  

אין לשון קודש איז ח' איינער פון די פיר אותיות וואס מ'רעדט אויס פונעם האלדז: א', ה', ח' און ע'. אשכנזישע יידן רעדן אויס דעם ח' היינט ווי א כ', אבער ספרדישע יידן האבן נאך די מסורה ארויסרעדן דעם ח' פונעם האלדז, בפרט תימנישע יידן. דער אות ח' נעמט נישט קיין דגש.

ווען א חית איז דער לעצטער אות פון א ווארט

אין יידיש טרעפט מען דעם ח' מערסטנס אין ווערטער פון לשון קודש, און מען רעדט אים אויס גענוי ווי א כ'.

אין גימטריא ח = 8.

פארשטעלונג פון אות ח' רעדאַקטירן

 
חיתן

דער אות ח' ווערט פארגעשטעלט דא אין די פאלגנדע פאנטן (פון רעכטס אויף לינקס): פרנק-ריהל, אריאל, דוד, כתב רש"י, כתב סת"ם, האנטשריפט, חיים.

דער קאד 05D7 רעפרעזענטירט ח' אין יוניקאד.

 
ברייל חית

איז די פארשטעלונג פונעם אות ח' אין ברייל.


דער פעניקישער חית זעט אויס אזוי:  

זעט אויך רעדאַקטירן