זשיל ראזיע

פראנצויזישער שרייבער

זשיל ראָזיע (פראַנצויזיש: Gilles Rozier, געב׳ 1963) איז א יידישער און פראנצויזישער דיכטער און פּראָזאַיקער.

זשיל ראזיע, 2016

ראזיע איז געבוירן געוואָרן אין 1963 אין לאַ-טראַנש לעבן גרענאָבל, פראַנקרייך. ער האט זיך געלערנט אין דער פּאַריזער הויכשול פאַר עקאָנאָמיק און ביזנעס. אין 1997 האָט ער באַקומען אַ דאָקטאָראַט פונעם פּאַריזער אוניווערסיטעט. אויפן סמך פון זײַן דיסערטאַציע האָט ער אַרויסגעגעבן אין 1999 אַ מאָנאָגראָפיע אויף פראַנצויזיש וועגן משה בראָדערזאָן (דערשינען אין איבערזעצונג אויף פּויליש אין לאָדזש אין 2008). דעביוטירט מיט לידער אויף יידיש אין די 90ער יאָרן. זיך געדרוקט אויף די שפּאַלטן פון "די פּען" (אָקספאָרד", "ירושלימער אַלמאַנאַך", "טאָפּלפּונקט" (תל-אביב). רעדאַגירט די פּאַריזער ליטעראַרישע צײַטשריפט "די גלגולים". איבערגעזעצט אין פראַנצויזיש ווערק פון ציליע דראָפּקין, אברהם סוצקעווער און א ריי אנדערע יידישע און העברעישע מחברים. שרײַבט אויך פּראָזע אויף פראַנצויזיש. ראזיע וווינט אין פּאַריז.