די זאַלאַביע אדער דזשאלעבי (אראביש: زلابية) איז דער מיטל-מזרח'דיגער ווערסיע פון דער פאנטשקע, בעיקר ווערט עס פאררופן אויף די יודן אין תימן, אבער עס איז אויך געווען איינגעפירט אין איראק, איראן, עגיפטן אזוי אויך אין אינדיע, פאקיסטאן, באנגלאדעש און די דערנעבנדיגע לענדער.

מען מאכט זאלאביע אין אינדיע
א סארט רונדיגע זאלאביע

זי ווערט טיף געפרעגלט אין אויל און אויסגעפארעמט ווי א פרעצל אדער בייגל.

ס'איז היפש ענליך צו די אשכנזישע פריטלעך.

ביי די מוסלעמענער אין דרום אזיע עסט מען עס אין די מאנאטן פון ראמאדאן און ביי טייל יודישע קהילות עסט מען אויך אלס זיסווארג שבועות.

זי איז א פאפולער עסן וואס ווערט געקאכט און פארקויפט אין די גאסן אין יענע לענדער.

זאלאביע פארקויפט אין די גאסן

וועבלינקען רעדאַקטירן