וויענער אונטערגרונט
באן אין שטאטפארק סטאנציע
אינפֿא
טיפ אונטערגרונט באן
לאקאציע וויען
צאל סטאנציעס 104
צאל ליניעס 5
טעגלעכע צאל פאסאזשירן 1.3 מיל.
אפעראציע
געעפנט 8טן מיי 1976
פארוואלטער וויענער ליניעס
טעכניש
ליניע-לענג 78.5
אפשטאַנד 1,435 מ״מ
עלעקטריפֿיקאציע 750V ‏DC דריטע שינע (U1-U4)
העכסטע גיך 32.5

דער וויענער אונטערגרונט (דייטשיש: U-Bahn Wien) איז א באן סיסטעם וואס באדינט די הויפטשטאט פון עסטרייך וויען, און די ארומיגע הינטערשטעט. ביז אקטאבער 2013, די U-Bahn נעץ וועלכע פארמאגט פינף ליניען, פלעגט באשטיין פון 74.6 קילאמעטער פון ליניעס, און האט באדינט 101 סטאנציעס. אין דער ענדע פון 2013, זענען צוגעלייגט געווארן נאך 4.2 קילאמעטער פון ליניעס און נאך דריי צוזעצליכע סטאנציעס אין דער U2 ליניע.

די ליניעס ווערן אויסגערעכנט מיטן אות U (וואס באדייט U-Bahn) און מיט א פרימצאל, און ווערן דערקענט דורך דער שילדונג אין די סטאנציעס און אין דער אינפארמאציע-ביכלעך מיט א געוויסן פארב. היינט צוטאגס עס זענען פאראן פינף ליניעס, ווי פאלגנד: U1, U2, U3, U4 און U6. עטליכע מאל האט מען ארויפגעברענט געדאנקען איבער דער גרינדונג פון ליניע U-5, אבער טראצדעם, קיין איין פארשלאג איז נישט פארווירקליכט געווארן. די סטאנציעס ווערן גערופן נאך נעמען פון גאסן, קווארטאלן, מערקווערדיגע געביידעס און דאס גלייכן.

היסטאריע רעדאַקטירן

אין פארגלייך צו אנדערע אונטערגרונט באנען ארום דער וועלט, דער וויענער אונטערגרונט וועלכער איז מער באקאנט מיטן נאמען "או-באן", ווערכט פארעכנט אלס גאר יונג. די פראגע און די צווייפלונג צי זאל מען בויען א אונטערגרונט באן אין וויען, איז געווען אן אויסרייד פאר א דעבאטע איבער הונדערט יאר. אנהייב פון יאר 1844 און ביז די זעכציגער יארן פונעם 20סטן יארהונדערט, האט מען דיסקוסירט עטליכע פלאנירונגען פאר מאסן טראנספארט, אבער כמעט אלע פלענער האט מען צולעצט איגנארירט, אפגעשטיפט, אדער אפגערופן.

 
ליניע 2 באן פארט דורך דער דוניי שטאט'ס בריק (Donaustadtbrücke)

די ערשטע סיסטעם וואס איז אויפגעשטעלט געווארן איז געווען א נעץ פון שטאטישע באנען (דייטשיש: Stadtbahn), וועלכע האט פארמאגט 4 ליניעס (פון אנפאנג האט מען באשטימט דריי הויפט ליניעס און דריי לאקאלע), און וואס האט געפירט די פאסאזשירן אין דאמף-באנען. דער וועג-דורכברוך האט פאסירט אין 1892, און דער סיסטעם האט זיך אויפגעמאכט אין עטליכע שריטן צווישן דעם 11טן מיי 1898 און דעם 6סטן אויגוסט 1901.

 
די זוד-טיראלער באן סטאנציע אין וויען (Südtiroler Platz)

אין 1937 און אויכעט נאך דעם אנשלאס (דער איינשלאס פון עסטרייך צו דייטשלאנד פאר דער צווייטער וועלט קריג), ווען וויען האט זיך פארוואנדלט אין דער דריטער גרעסטער שטאט (אין טערמינען פון שטח) פון דעם דריטן רייך, האט מען ארויפגעלייגט אויפן טיש פארשידענע עהרגייציגע פלענער פאר א געבוי פון א אונטערגרונט באן און אויכעט פון א הויפט באן סטאנציע, און למעשה האט מען אפילו איבערצוקוקן טונעלן, אבער צום סוף ס'איז האט זיך נישט אויסגעארבעט וויבאלד די צווייטע וועלט קריג האט זיך אויסגעבראכן.

 
די ציגלער-גאס באן סטאנציע אין וויען (Zieglergasse)

אנפאנגליכע געבוי (1969-1982): גרונטליכע סיסטעם (Grundnetz) רעדאַקטירן

אנפאנג, די גרונטליכע סיסטעם (דייטשיש: Grundnetz) איז אויסגעקליבן געווארן פון פארשידענע סקיצן פון דער נעץ, דורך 1967, די פלענער פאר דער U2 ליניע האבן זיך היפש רעדוצירט, און דער פלאן פאר דער U3 איז אפגעמעקט געווארן אינגאנצן, און די גרונטיגע נעץ וואס איז באשטעטיגט געווארן איז געשילדערט געווארן אלס א "נאענטע גרונטליכע סיסטעם". די דאזיגע סיסטעם וואס פלעגט אנטהאלטן אין זיך די ליניעס U1, U2 און U3 האט אריינגערעכנט אין זיך:

  • א נייער מארשרוט צווישן רוימאן-פלאץ (Reumannplatz) און פראטער-שטערן (Praterstern)
  • U2 צווישן קארלספלאץ (Karlsplatz) און שאטטענרינג (Schottenring)
  • U4 צווישן היטלדארף (Hütteldorf) און הייליגנשטאט (Heiligenstadt), וועלכער פלעגט באשטיין כמעט גענצליך פון די ענדערונגען און אדאפציעס פון דער עקזיסטירטער שטאטישער באן ליניע.

די בוי ארבעטן האבן אנגעהויבן אום 3טן נאוועמבער 1969. אום 25סטן פעברואר 1978, איז די ערשטע וויענער U-Bahn ליניע צווישן קארלספלאץ און רוימאן-פלאץ, די U1 ליניע האט אנגעפאנגען צו באטריבן. מיט א צאל פון 12 וואגאנען, איז די אויפשטעלונג פון דער "גרונטליכע אונטערגרונט באנען נעץ" פארענדיגט געווארן אום 3טן סעפטעמבער 1982.

צווייטע פארברייטערונג (1982-2000) ליניעס U3 און U6 רעדאַקטירן

דער צווייטער עטאפ האט אריינגערעכנט אין זיך די פארברייטערונג און פארגרעסערונג פון ליניעס U3 און U6 (אומגעפער 61 קילאמעטער). די גרונט-שטיין צערעמאניע לכבוד דעם לאנג-ערווארטעטן עטאפ אין פארגעקומען 7טן סעפטעמבער 1983, אין פאטענסדארפערשטראסע (דייטשיש: Pottendsdorferstrasse) אין דער פילאדעלפיע בריק (Philadelphiabrücke), און 6 יאר דערנאך די צענטראלע אפמארקירונג פון ליניע U6 צווישן דער פילאדעלפיע בריק און הייליגענשטאט/פרידענסבריק (Friedensbrücke) האט אנגעהויבן צו ארבעטן. אינמיטן די 90גער יארן, איז ליניע U6 פארלענגערט געווארן פון זיבנהירטען (Siebenhirten) ביז צו פלאריסדארף (Floridsdorf), און U3 איז געבויט געווארן פון זימערינג (Simmering) ביז צו אטאקרינג (Ottakring).

 
א בליק אויף וויענער וועסט-באן-הויף (Westbahnhof)

דריטע פארברייטערונג (2001-2010) די ערשטע פארלענגערונגען פון U1 און U2 רעדאַקטירן

אין 1996 א נייער U-Bahn קאנטראקט וועלכער איז מער באקאנט מיטן נאמען "א מיליארד פעקל", איז אונטערגעשריבן געווארן. צום ערשטן מאל אין אייראפע, א אונטערגרונט באן פראייעקט האט געמוזט אדורכגיין לאנגע און טייערע אונטערזוכונגען וואס אומבאלאנגן זיין איינפלוס אויף דער אומגעבונג, וויבאלד די אויסלענגערונג פון ליניע U2 איז געווען איבער 10 קילאמעטער. דער פארלענגערונג עטאפ האט אריינגערעכנט אין זיך:

פארלענגערונג פון ליניע U1 צו לעאפאלדאו רעדאַקטירן

אום 19טן אקטאבער 2001 איז אפגעהאלטן געווארן די גרונט-שטיין צערעמאניע פון דער U1 פארלענגערונג. נאך פינף יאר פון געבוי, די 4.6 קילאמעטער פון דער פארלענגערונג איז פארענדיגט געווארן און איז געעפנט געווארן אום 2טן סעפטעמבער 2006.

 
די טאבאר-גאס סטאנציע (Taborstraße)

פארלענגערונג פון U2 פון שאטענרינג צו שטאדיאן (ערנסט-האפפל סטאדיאן) רעדאַקטירן

12 יוני 2003, איז די גרונט-שטיין צערעמאניע פארגעקומען אויסערהאלב פון דעם סטאדיאן. צוליב דעם אייראפעישן פוסבאל טשעמפיאנעט וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין עסטרייך אין 2008 האט מען שטארק געדריקט אויף די בויערס צו פארענדיגן זייער ארבעט ביי צייטנס, און אזוי איז טאקע געווען. Wiener Linien האבן געענדיגט די פארלענגערונג פונקט אזוי ווי ס'איז ערווארטעט געווען פון זיי, און אום 10 מאיי 2008 איז דער נייער מארשרוט געעפנט געווארן.

פארלענגערונג פון U2 פון שטאדיאן צו אספערן רעדאַקטירן

אום 2טן אקטאבער 2010 זענען געעפנט געווארן זעקס צוזעצליכע סטאנציעס, וואס ברענגען די U2 דורך דער דאנאושטאט בריק (Donaustadtbrücke) איבערן דוניי טייך צו דער אספערן גאס (Aspernstrasse) וועלכע געפינט זיך אין דעם 22סטן קווארטאל אין וויען. צוזעצליכע פארלענגערונג פון 4.2 קילאמעטער איז אויסגעפירט געווארן און 3 צוזעצליכע סטאנציעס אין דער ריכטונג פון אספערן זענען עמטליך געעפנט געווארן אום 5טן אקטאבער 2013

די או-באן נעץ רעדאַקטירן

די אונטערגרונט נעץ באדינונג, ארבעט צווישן פינף אזייגער פארטאגס ביז איינס אזייגער ביינאכט אומגעפער, אין אן אפטקייט פון 2 ביז 5 מינוט דורכן טאג, און ביז 8 מינוט נאך 8 אין דעם אוונט. זייט דעם 4טן סעפטעמבער 2010, עס איז פאראן סערוויס פון 24 שעהן אין די נעכט צווישן פרייטאג און שבת, שבת און זונטאג, און אין די נעכט בעפאר נאציאנאלע פייערטעג. אין דער באטריב צייט פון דער 24 שעהן, די או-באן ווערט אמפליפיצירט דורך די באדינונגען פון די נאכטיגע בוס ליניעס פון וויען (Vienna NightLine).