ווארקא איז א חסידישע הויף געגרינדעט אין שטאט ווארקע, פוילן, דורך רבי איציקל ווארקער, תלמיד פון רבי שמחה בונם פון פשיסחא. דאס הויף האט זיך פארצווייגט צו די אלעקסאנדער הויף, און שפעטער אויך צו אנדערע חסידישע הויפן אמשינאוו, און סטריקאוו.

דער הויף רעדאַקטירן

נאך דער פטירה פון רבי שמחה בונם פון פרשיסחא, האבן רוב פון די פרשיסחא חסידים אין שפיץ פון די חשובע תלמידים רבי יצחק פון ווארקא און רבי יעקב אריה פון ראדזימין, געקרוינט זיין זון רבי אברהם משה פון פשיסחא אלס רבי און דער אנדער טייל האבן אויפגענומען רבי מנחם מענדל פון טאמאשאוו, שפעטער פון קאצק.

רבי אברהם משה האט נישט לאנג געלעבט און איז נפטר געווארן נאך אנדערט־האלב יאר, און די חסידים האבן אויפגענומען רבי איציקל ווארקער אלס רבי'ן—ער איז באקאנט אלס דער 'אלטער רבי' פון ווארקא. נאך פארשידענע וואנדערונגען האט רבי איציקל זיך באזעצט אין ווארקע און דארט אוועקגעשטעלט זיין בית המדרש און חסידישן הויף, און אויפגעשטעלט טויזנטער תלמידים. אנדערש וואו ביי אנדערע חסידישע הייפער איז די ווארקער רביסטעווע נישט אריבער דירעקט צו די קינדער, די רביסטעווע איז אריבער פון רבי צו תלמיד. אזוי אויך האט רבי איציקל אויסגעטראטן דעם ווארקא דרך פון עוסק זיין אין אהבת רעים אויפן אופן פון אוהב את הבריות ומקרבן לתורה.

נאך זיין פטירה איז זיין ארט ערפילט געווארן דורך זיין גרויסן תלמיד, רבי שרגא פייוויל פון גריצא. וואס איז באזונדער אויך געווען א תלמיד פון רבי יעקב לאָרבערבוים פון ליסא זצ"ל דער "נתיבות המשפט".

נאך זיין פטירה איז געקרוינט געווארן דער זון פונעם אלטער ווארקא רבי רבי מנחם מענדל פון ווארקא באקאנט אלס דער "שתקן" נאך דאס וואס ער פלעגט כל ימיו שווייגן, ער האט עוסק געוועהן צוזאמען מיט מיט רבי יצחק מאיר אלטער פון גער אין עניני הכלל ווי השתדלות ביי די רעגירונג צו אפרופן געווארענע גזירות, פדיון שבויים און דאסגלייכן. און ווערט גערופן דער 'יונגער רבי' פון ווארקא.

ביי זיין פטירה איז די הנהגה אריבער צו רבי דוב בעריש ביאלער, וועלכער האט משפיע געווען פרנסה בריווח פאר די חסידים, אויף אזוי ווייט אז די זיבן יאר פון זיין הנהגה זענען באקאנט אלס די "זיבן זאטע יארן"; טייל פון זיינע דברי תורה זענען געדרוקט געווארן אינעם ספר "מגיד דבריו ליעקב".

דער אלטער ווארקער רבי רעדאַקטירן

רבי ישראל יצחק קאליש, איז געבוירן געווארן אינעם שטעטל זאלאשין, לעבן קאליש אין מערב פוילן. ווען ער איז געווען אלט 14 יאר האט ער געהייראט די טאכטער פון רבי מאיר פון זשאריק. ער האט זיך דערנענטערט צו חסידות דורך רבי דוד בידערמאן פון לעלאוו וואס האט אים געברענגט צום הויף פון דעם חוזה פון לובלין, וואו ער האט דערקענט דעם איד הקדוש פון פרשיסחא.

נאך דער פטירה פון רבי דוד לעלאווער אין תקע"ג, דעם ייד הקדוש אין תקע"ד און דעם חוזה אין תקע"ה, האט רבי איציקל מקבל געווען די הנהגה פון דעם רבי ר' בונם, און ער איז געווען איינער פון די גרעסטע פון זיינע תלמידים.

רבי איציקל ווארקער איז געווען באקאנט ווי אן עסקן, און ער האט אסאך געפועלט אין כלל ענינים אין פוילן מיט רבי יצחק מאיר אלטער (שפעטער געווארן רבי אין גער). אין 1846 האט ער געטראפן משה מאנטיפיארי און האט געפרואווט אים איינפלוסן צו קעמפן קעגן די גזירות וועגן טראגן דאס יידישע לבוש. רבי איציקל איז נפטר געווארן כ"ב ניסן ה'תר"ח (1848) און באערדיקט געווארן אין דער ווארקער בית החיים. א ביסל פון זיינע תורות און עובדות זענען געדרוקט אין דעם ספר אהל יצחק.

דער יונגער ווארקער רבי רעדאַקטירן

רבי מנחם מענדל קאליש איז געבוירן אין יאר ה'תקע"ט, ער האט געפירט רביסטעווע אין ווארקע פאר ניינצן יאר. ער איז געווען באקאנט אלס א שתקן, ער פלעג גאר לאנג שווייגן און ווען ער האט שוין גערעדט איז עס געווען קורץ און שארף.

דורך אויס די הנהגה פון זיין פאטער האט ער געפירט א חבורה פון ספיציעלע בני עליה וועלכעהאט זיך גערופן די "לייב גווארדיע", אויף זיין אייגנארטיגע מהלך אין עבודת ה', צווישן די גווארדיע האט זיך געציילט רבי בעריש ביאלער, רבי יחיאל פון אלעקסאנדער, דער ישמח ישראל, און נאך.

נאכן הסתלקות פון זיין פאטער, דער אלטער ווארקער רבי, האט ער נישט געוואלט איבערנעמען די הנהגה. און רבי שרגא פייוול פון גריצא האט איבערגענומען די הנהגה, אבער נאך די פטירה פון רבי פייוועלע גריצער האט ער אנגעהויבן פירן. ער פלעגט פירן גאר לאנגע טישן, אמאל אפילו ביז זעקס שעה.

ווארקער רבי'ס רעדאַקטירן

רבי איציקל ווארקער רעדאַקטירן

רבי ישראל יצחק קאליש זצ"ל (ה'תקל"ט - כ"ב ניסן ה'תר"ח), רבי אין ווארקע, באקאנט אלס רבי איציקל ווארקער.

זעט אויך רעדאַקטירן