וואוליטש באן סטאנציע

באן סטאנציע אין לאנדאן, ענגלאנד
קאארדינאטן: 51°29′31″N 0°04′19″E / 51.492°N 0.072°E / 51.492; 0.072

וואוליטש (ענגליש: Woolwich) איז א קרייצבאן סטאנציע אין וואוליטש, מזרח לאנדאן, וואס האט געעפנט אום 24סטן מיי 2022,[1][2] מיט ביז 12 באנען א שעה קיין קאנערי ווארף און צענטראל לאנדאן.[1]

וואוליטש קרייצבאן
בילד

וואוליטש סטאנציע

(למפת גרויסלאנדאן רגילה)

לאקאציע פון וואוליטש אין גרויסלאנדאן

לאקאלער סטאנציע נאמען: Woolwich
יאר געעפנט: 2022
לאקאציע: וואוליטש
בארא: קעניגלעכע בארא פון גריניטש
פארוואלטער: קרייצבאן
צאל פעראנען: 2
סטאנציע קאד: WWC
טראוולקארטע זאנע: זאנע 4

היסטאריע רעדאַקטירן

וואוליטש באן סטאנציע איז געבויט געווארן דורך קרייצבן ווי א טייל פונעם קרייצבאן (עליזאבעט ליניע) באן פראיעקט. קרייצבאן איז אונטערגעשריבן דורכן דעפארטמענט פאר טראנספארט (DfT) און טראנספארט פאר לאנדאן (TfL) צוזאמען.[3]

לאקאציע רעדאַקטירן

מען האט געבויט די סטאנציע אויפן דרום־מזרח טייל (דעם עבי וואוד צווייג) פון דער עליזאבעט ליניע פון דער קרייצבאן רוטע; וואוליטש איז דער לעצטע סטאנציע פאר דער סוף־סטאנציע.

דאס סטאנציע־קעסטל איז לאנג 276 מ (906 פיס) און 14מ (46 פיס) אונטער דער ערד, און ליגט אונטער א הויפט באוואוינונג אנטוויקלונג ארט.

מאפע רעדאַקטירן

 


באדינונגען רעדאַקטירן

מיטן עפֿענען פֿון דער נייער סטאַנציע איז פֿארקירצט געווארן די רייזע פון וואוליטש קיין קאנערי ווארף צו אכט מינוט און די רייזע ביז די היטרוי סטאנציעס צו 47 מינוט.[3] די סטאנציע ווערט באדינט דורך 12 באנען א שעה אין יעדער ריכטונג.

פריערדיקע סטאנציע     עליזאבעט ליניע   פאלגנדע סטאנציע
סוף-סטאנציע
עליזאבעט ליניע
  צוקונפטדיקע אנטוויקלונגען  
סוף-סטאנציע
עליזאבעט ליניע


רעפערענצן רעדאַקטירן

 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: וואוליטש באן סטאנציע