הערינג איז א פיש פון דעם מין Clupea, וואס מען געפינט אין די פלאטשיקע וואסערן פון די צפון פאציפישן און אטלאנטישן אקעאנען, כולל דעם באלטישן ים.[1] ס'זענען דא צוויי זגאלן פון Clupea, דער אטלאנטישער הערינג (Clupea harengus) און דער פאציפישער הערינג (Clupea pallasii). הערינג שווימען אין ריזיקע שווארעמען. אין פרילינג קומען זיי צו די ברעגן פון אייראפע און אמעריקע, וואו מען כאפט זיי.

מען עסט הערינג געזאלצן, גערייכערט און מארינירט.

אין יידישקייט רעדאַקטירן

דער הערינג איז א כשרער פיש, מיט פלוספעדערן און שופן. אשכנזישע יידן זענען געוואוינט צו עסן הערינג.

רעפערענצן רעדאַקטירן

  1. "What's an oily fish?", Food Standards Agency (2004-06-24). דערגרייכט דעם 2011-04-10. ארכיווט פונעם אריגינאל דעם 2010-12-10.