העלדיש (ענגליש: Brave) איז אן אמעריקאנישער אנימירטער אוואנטורע פילם פון 2012 מיט די שטימעס פון בילי קאָנאָלי און עמאַ טאָמפּסאָן. ער איז באפרייט געווארן דעם 22סטן יוני 2012 דורך וואלט דיזני פילמען, און געמאכט געווארן דורך פּיקסאַר. דער פילם פאסירט אין סקאָטלאַנד אין דער מיטל אלטער. די 16-יאָריגע פּרינצעסין מערידאַ מאַכט אַ הו-האַ אין דאָס דאַנבראָך קעניגרייך ווייל זי וויל נישט צו חתונה האָבן.