הל"ל (ראשי תיבות: "האגודה ליציאה לשאלה") איז א ארגאניזאציע אין מדינת ישראל צו העלפן פאר די וואס פארלאזען די חרדישע וועלט. עס איז געגרינדעט געווארן דורך שי הורביץ אין יאר ה'תשנ"א (1991). (שי הורביץ איז געווען א אפגעפארענער וואס צום סוף האט ער זיך צוריק געקערט צו די חרדים) די ארגאניזאציעס ציל איז צו העלפן און פארגרינגערן דאס לעבן פאר יידן וואס האבן באשלאסן צו פארלאזן די חרדישע קהילה און צוצושטיין צו אן אפענער און פלוראליסטישער סביבה. הל"ל צווינגט נישט און רעדט נישט איין צו פארלאזן די פרומע וועג, נאר זיי העלפן פאר אזעלכע וואס האבן שוין אנגענומען א החלטה צו בייטן זייער שטייגער לעבן.

סיבות פֿון הללס עקזיסטענץ רעדאַקטירן

דער פראצעס פון אפשייד איז אין אלגעמיין א פראצעס פון איבערגאנג פון א פארמאכטער, שטרענגער געזעלשאפט צו א סביבה וואס איז ליבעראל און אפן. דער דאזיקער איבערגאנג איז א סך מאל פארבונדן מיט א שארפן ריס מיט די פריינד און דער משפחה - דארף מען זיך אייניקער אליין אינטעגרירן אין א נייער סביבה, מיט געדאנקען און ווערטן וואס זיינען אין גאנצן אנדערש פון די, וואס ביי דער חרדישער. דאס אינטעגרירן זיך אין דער וועלטלעכער סביבה פאדערט דערצו אויסצופילן די ריזיקע בלייזן אין דער וועלטלעכער בילדונג, ווי אויך רעכענען זיך מיט א נייער געזעלשאפטלעכער רעאליטעט. אפטמאל טרעפט זיך אז די חרדישע קהילה הייבט אויף א סך שוועריקייטן אקעגן די, וואס ווילן זי פארלאזן.

די שוועריקייטן וואס קומען אויף ביים רעכענען זיך מיט די דאזיקע שוועריקייטן, דער ריס מיט דער משפחה און דער קאנטראסט צווישן די האפענונגען און דער רעאליטעט שטרייכן אונטער די נייטיקייט פון א גרופע וואס זאל העלפן און אונטערשטיצן, און זיין א וועגווייזער און הערנדיקער אויער בשעת און נאך דעם אפשייד זיך צום פרעגן.

ווי אזוי ארבעט דער הל"ל-פארבאנד? רעדאַקטירן

הל"ל פירט אן מיט טעלעפאנישע "אפענע ליניעס" אין ירושלים און אין תל-אביב - דער געוויינלעכסטער אופן פון שטעלן זיך אין קאנטאקט מיטן פארבאנד. די וואלונטירן ביי די "אפענע ליניעס" נעמען אויף די טעלעפאן-שמועסן, באקענען זיך מיט די, וואס בעטן הילף, און באגלייטן זיי אדורך דעם גאנצן פראצעס פון "יציאה" און אפילו נאכן סוף דערפון. חוץ פארבינדן זיך מיטן אויפפאסנדיקן וואלונטיר, באקענען זיך די "יוצאים" אויך מיט "וועטעראנען", וואס האבן שוין פארענדיקט דעם פראצעס.

אויף וועלכע געביטן ארבעט הל"ל? רעדאַקטירן

  • פלעצער ביי משפחות: הל"ל געפינט פלעצער פאר די "יוצאים" מיט פארשידענע משפחות, צוגעפאסט צו זייערע נייטיקונגען.
  • באקומען בילדונג: הל"ל העלפט די "יוצאים" אויספילן די ריזיקע בלייזן אין זייער מאדערנער בילדונג דורך אומזיסטע לעקציעס פון וואלונטירן ,צושטעלן לערן-מאטעריאל, אויסגעפינען פאסיקע לערנפראגראמען, און העלפן באקומען סטיפענדיעס. דער הל"ל פארבאנד האט אויך באשאפן א באזונדערן פאנד אויף אונטערצושטיצן די תלמידים.
  • העלפן אין "גיוס-צה"ל" (די נעמונג אין צה"ל): א דאנק דער ארבעט פון הל"ל ווערן היינט דערקענט פון צה"ל די ספעציעלע אומשטענדן פון "יוצאים". הל"ל העלפט די "יוצאים" באקומען א ספעציעלע אנערקענונג פון זייער פערזענלעכן סטאטוס אויף דער נעמונג, אפלייגן דאס דינען ווען נייטיק, אריינגעשטעלט ווערן אין אן אפטייל פון צה"ל וואס איז צוגעפאסט צו זייערע קוואליפיקאציעס, באקומען א סטאטוס פון "חייל בודד" און נאך. אין משך פון דער גאנצער צייט פון דינונג ווערט אויפגעהיט דער פארבינדונג מיט הל"ל-וואלונטירן.
  • געזעלשאפטלעכע און קולטורעלע ארבעט: הל"ל פירט אדורך באגעגענישן צווישן "יוצאים" און די וואלונטירן, ווי אויך שטיצגרופעס, ווארשטאטן, בשותפותדיקע ארויספארן, קולטורעלע אקטיוויטעטן, לעקציעס, "ימי עיון" און פארשטעלונגען.
  • באגלייטן אויפן גאנצן וועג: הל"ל שטעלט צו א "הערנדיקן אויער" צו יעדער צייט און יעדער סטאדיע פון פראצעס פון "יציאה". ווען ס'איז נייטיק קענען די "יוצאים" באקומען דורך הל"ל פראפעסיאנעלע הילף אויף פארשיידענע פעלדער (פסיכאלאגישע הילף, משפחה-ראטונגען, פראפעסיאנעלע הדרכה און נאך).

ווער שטיצט הל"ל? רעדאַקטירן

די ארבעט פון הל"ל ווערט דערמיגלייכט דורך דער אונטערשטיצונג פון "הקרן החדשה לישראל", ווי אויך פון פריוואטע ביישטייערן.

זעהט אויך רעדאַקטירן

וועבלינקען רעדאַקטירן

אידישע וואולטעטיגע ארגאניזאציעס וואס זענען טעטיג מיט חסד צווישן די היינטיגע אידנטום איבער דער גארער וועלט.

 

אבני חסד • אגודת ישראל • בוני עולם • ביקור חולים ד'סאטמאר • ביקור חולים דראקלענד קאונטי • בת מלך • דור ישרים • דזשױנט • המספיק • וועד הרבנים • חברה הצלה • חוש • חברים • חסד (ארגאניזאציע) • חברה שומרים • יד שרה • כל ישראל חברים • משמחי לב • עי-טיים • עזר לחתנים • עזר לתלמיד • עזר למזון • פֿוטסטעפס • פחת תקווה • קופת העיר  • קרן עזר • קרן חתנים • רב טוב • רפואה וישועה • שערי חמלה  • שרשרת • תומכי שבת  •