היטרוי טערמינאל 4 באן סטאנציע

באַן סטאַנציע אין לאנדאן
קאארדינאטן: 51°27′29″N 0°26′42″W / 51.458°N 0.445°W / 51.458; -0.445

היטרוי טערמינאל 4 (ענגליש: Heathrow Terminal 4) איז א  באן סטאנציע וואס באדינט לאנדאן היטרוי טערמינאל 4 אין לאנדאן היטרוי ערפארט. ס׳איז פאראן א באזונדערע היטרוי טערמינאל 4 אונטערגרונט סטאנציע וואס איז באדינט דורך לאנדאנער אונטערגרונט׳ס פיקאדילי ליניע.

היטרוי טערמינאל 4 נאציאנאלע באן
בילד

פעראן 2, קוקנדיק קיין לאנדאן

(למפת גרויסלאנדאן רגילה)

לאקאציע פון היטרוי טערמינאל 4 אין גרויסלאנדאן

לאקאלער סטאנציע נאמען: Heathrow Terminal 4
יאר געעפנט: 1999
לאקאציע: היטרוי ערפארט
בארא: הילינגדן
פארוואלטער: היטרוי עקספרעס
צאל פעראנען: 2

טראנספארט פאר לאנדאן טראוולקארטעס זענען נישט גילטיק פאר באדינונגען פון דער סטאנציע. פאסאזשירן וואס פארן צווישן די היטרוי טערמינאלן קענען אבער פארן אויף די באנען אומזיסט.


היסטאריע רעדאַקטירן

די סטאנציע האט זיך געעפנט אום 23סטן יוני 1998, צוזאמען מיט היטרוי עקספרעס.

פון 2008 ביז 2018 איז די סטאנציע באדינט געווען מאנטאק - שבת נאר דורך דער היטרוי עקספרעס שאַטל וואס פארט יעדע 15 מינוט צווישן טערמינאל 4 און היטרוי צענטראל. זונטיק זענען געפארן אויך די היטרוי קאנעקט באנען צווישן דער סטאנציע און היטרוי צענטראל, און ווייטער קיין פאדינגטאן.


אום 20סטן מיי 2018, האט TfL באן (אן אפטיילונג פון טראנספארט פאר לאנדאן) איבערגענומען די היטרוי קאנעקט באדינונג צייטווייליג ביז זי ווערט א טייל פון דער עליזאבעט ליניע אין דעצעמבער 2018. באנען פארן אצינד יעדע האלבע שעה צווישן לאנדאן פאדינגטאן און היטרוי טערמינאל 4, מיט אויך א שאטל צווישן טערמינאל 4 און היטרוי צענטראל, כדי צו האלטן א באדינונג יעדע 15 מינוט קיין היטרוי צענטראל.

אזוי ווי טראנספארט פאר לאנדאן האט איבערגענומען די באדינונג, צום ערשטן מאל קענען פאסאזשירן ניצן אויסטער קארטלעך צו פארן פון דער דאזיגער סטאנציע קיין צענטראל לאנדאן און אלע צווישנדיקע סטאנציעס.

באדינונגען רעדאַקטירן

TfL באן אפערירן דירעקטע באדינוגגען פון לאנדאן פאדינגטאן יעדע 30 מינוט, מיט אויך א שאטל פון היטרוי צענטראל. היטרוי עקספרעס פארוואלטעט די סטאנציע און מען פארקויפט בילעטן פאר סיי היטרוי עקספרעס און סיי TfL באן באדינונגען.


זעט אויך רעדאַקטירן

וועבלינקען רעדאַקטירן

פריערדיקע סטאנציע     נאציאנאלע באן   פאלגנדע סטאנציע
היטרוי עקספרעס
היטרוי עקספרעס שאַטל
סוף-סטאנציע
פריערדיקע סטאנציע       קרייצבאן   פאלגנדע סטאנציע
TfL באן
פאדינגטאן-היטרוי
סוף-סטאנציע
  צוקונפטדיקע אנטוויקלונג  
פריערדיקע סטאנציע       קרייצבאן   פאלגנדע סטאנציע
עליזאבעט ליניעסוף-סטאנציע