דניאל פערל

אמעריקאנער זשורנאליסט

דניאל פערל (10טן אקטאבער, 19631טן פעברואר, 2002) איז געווען אן אמעריקאנער אידישער זשורנאליסט פארן וואל סטריט זשורנאל. ער איז געווארן פארכאפט און קאלטבלוטיג דערמארדעט דורך טעראריסטן אין קאראטשי, פאקיסטאן.

דניאל פערל
געבורט 10 אקטאבער 1963
פרינסטאן, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
דערמארדעט 1 פעברואר 2002 (אלט 38)
קאראטשי, פאקיסטאן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט בארג סיני בית עולם רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
וואוינארט וואשינגטאן די סי רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט סטאנפארד אוניווערסיטעט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע רעדאַקטירן

 
זיין פאספארט

פערל איז געבוירן אין פרינסטאון, ניו דזשערזי, צו זיינע עלטערן יהודה און רות פערל.

זיין פארכאפונג און מארד רעדאַקטירן

פערל איז געפארן קיין פאקסיטאן אויף א זשורנאליסטישער מיסיע אויסצופארשן די פארבינדונג פון ריטשערד רייד (דער שיך-באמבארדירער) און אל-קאידע.

אום 23סטן יאנואר, 2002, האט ער אפגעשמועסט זיך צו טרעפן מיט איינעם, אין א רעסטאראן אין קאראטשי, מיינענדיג אז ער גייט שמועסן מיט יענעם איבער דעם ארטיקל וואס ער האט געשריבן. ער איז דאן פארכאפט געווארן דורך א מיליטאנטישער גרופע, וועלכע האבן גע'טענה'ט אז פערל איז אן אמעריקאנער שפיאן. די טעראריסטן האבן ארויסגעשטעלט א רייע פארלאנגען וואס זיי האבן געוואלט אז אמעריקע זאל דורכפירן פאר זיין באפרייאונג; אריינגערעכנט באפרייען אלע פאקיסטאנער ארעסטאנטן פון אמעריקאנער טורמעס.

ניין טעג שפעטער, האבן די בלוט-דארשטיגע טעראריסטן אים קאלטבלוטיג דערמארדעט, דורך אפהאקן זיין קאפ.

די גרויזאמע טעראריסטן האבן אפגעכאפט אויף ווידעא דעם גאנצן מארד, און עס געשיקט צו באאמטע פון די פאראייניגטע שטאטן. אינעם ווידעא זעט מען ווי איידער די טעראריסטן האבן אים אומגעברענגט זאגט פערל: "מיין נאמען איז דניאל פערל, איך בין אן אמעריקאנער איד פון קאליפארניע. איך קום פון, אה, פון מיין טאטע'ס זייט איז די פאמיליע ציוניסטיש. מיין טאטע איז א איד, מיין מאמע איז א איד, איך בין אידיש. אונזער משפחה פירט זיך לויט די אידישע וועגן. מיר האבן באזוכט אסאך מאל אין ישראל"

דריי חדשים שפעטער האבן די פאליציי געטראפן זיינע איבערבלייבענישן, וואס זענען אפגעשיקט געווארן קיין קאליפארניע וואו ער איז באגראבן געווארן.

די טעראריסטישע מערדער רעדאַקטירן

פיר מענער זענען ארעסטירט געווארן און זענען אנגעקלאגט געווארן אין פארכאפונג און מארד. איינער, אריגינעל א בריטישער, אכמאד אמאר סאעד שעיך איז פאראורטיילט געווארן צום הענגען; דער געריכט האט אבער שפעטער איבערגעדרייט דעם אורטייל, טענה'נדיג אז עס איז נישט געווען גענוג באווייזן.

אין יאנואר 2021 האט דער הויפט געריכט אין פאקיסטאן ריינגעוואשן און באפרייט דעם  טעראריסט אכמאד אמאר סאעד שעיך.