רבי דוד משה פרידמאן זצ"ל (שבועות, ז' סיון ה'תקפ"ז - הושענא רבה כ"א תשרי ה'תרס"ד) פון טשארטקאוו.

דוד משה פרידמאן
געבורט 1827 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1903 (אלט 76 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

אפשטאם רעדאַקטירן

רבי דוד משה איז געבוירן אין רוזשין דעם צווייטן טאג שבועות, ז' סיון ה'תקפ"ז, צו זיין פאטער הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד.

רבנות רעדאַקטירן

דער רוזשינער האט געזאגט אויף זיינע זעקס זון אז זיי זענען מכוון אנטקעגען די זעקס סדרים פון משניות, לויט דעם איז רבי דוד משה, וועלכער איז געווען דער פינפטער זון פון זיין פאטער, אנטקעגען דעם סדר קדשים, דער פאטער האט טאקע געזאגט אויף רבי דוד משה, ער איז קדש הקדשים.

פון קינדווייז אָן האט רבי דוד משה זיך אויסגעצייכנט מיט זיין הייליגקייט, און מיט זיין אפגעזונדערטקייט פון אלע וועלטליכע זאכען. ווען מען האט געפרעגט דעם טארנא רב רבי מאיר אריק פארוואס ער איז זיין חסיד האט ער געענטפערט: ווייל ער איז א גאון און א חד בדרא אין די מצוה פון "יראת מאלקיך".

נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר ה'תרי"א האט רבי דוד משה געפירט זיין רביסטעווע אין פוטיק, אין יאר ה'תרכ"ה האט ער זיך באזעצט אין טשארטקאוו און געגרינדערט דארט דעם וואונדערליכן טשארטקאווער קייט.

הסתלקות רעדאַקטירן

רבי דוד משה איז נפטר געווארן הושענא רבה ביים זאגען "נשמת", כ"א תשרי ה'תרס"ד, און ליגט אין טשארטקאוו.

פאמיליע רעדאַקטירן

אין יאר ה'תר"ד האט רבי דוד משה געהייראט אין נאוויסעליץ מרת פייגא'לע ( - ב' כסלו ה'תר"ם), א טאכטער פון הרב אהרן טווערסקי פון טשערנאבל . זייערע קינדער:

זעט אויך רעדאַקטירן

רעפערענצן רעדאַקטירן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל ח"ו בערכו