הרב דוד כהן, אדער ווי ער איז געווען באוואוסט אלס הרב הנזיר (דער רב דער נזיר), (אלול ה'תרמ"ז - כ"ח אב ה'תשל"ב), איז געווען א רב, א מקובל, פילאזאף און א נזיר - צוליב וואס מען האט אים גערופען דער נזיר - א תלמיד פון הרב קוק.

דוד כהן
קיין פריי בילד
געבורט 1887
מיישעגאָלע, ליטע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1972 (אלט 85 בערך)
ירושלים, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט יידישע בית עולם פון הר הזיתים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
הרב דוד כהן.

היסטאריע רעדאַקטירן

געבוירן אין דער שטאט מיעסיגאליע לעבן ווילנא, צו א חשובער רבנישער משפחה. געווען א תלמיד פון חפץ חיים, און א תלמיד אין די וואלאזשינער און סלאבאדקער ישיבות. אים האט געצויגן צו לערנען מער ווי וואס מען האט געלערנט אין ישיבה דערפאר האט ער זיך געקערט צו די לערנונגען פון הרב שמשון רפאל הירש און שפעטער צו די שרייבונגען פון הרב אברהם יצחק הכהן קוק. ער האט זיך אויך אויסגעלערנט די רוסישע שפראך כדי צו ווערן אנגענומען אין אוניווערסיטעט.

ער איז געווען א סטודענט אין די פאלגנדע אונווערסיטעטן:

  • אקעדמיע פאר יידישע שטודיעס - וואו ער האט זיך באקענט מיט זלמן שז"ר, שפעטערדיגער נשיא פון מדינת ישראל.
  • אונווערסיטעט פון פרייבורג אין דייטשלאנד.
  • דורך דעם ערשטן וועלט קריג איז ער אפגעהאלטן געווארן אין דייטשלאנד אלס א פיינטליכער פארשוין, מען האט אים שפעטער ארויסגעלאזט און ער איז געפארן אין דער שווייץ. און ער איז געווען אין אונווערסיטעט פון באזעל.

אין דעם אוניווערסיטעט פון באזעל האט ער אויף זיך גענומען נזירות, אבער דאס נזירות איז נישט געווען קיין פשוטע, ער האט אויך גענומען אויף זיך א שטארקע דייעטע וואס האט נישט געהאט קיין שום פלייש און פיש. האט קיינמאל נישט געטראגן קיין לעדערנע בגדים ווי לעדערנע שיך. און א תענית דיבור יעדן ערב ראש חדש, און פון ראש חדש אלול ביז נאך יום כיפור.

ער האט זיך געטראפן מיט הרב קוק אין 1915 אין שווייץ, ער האט אויף דעם געזאגט אז דאס האט געטוישט זיין לעבן. ער האט דאן איבערגעלאזט אלע זיינע סעקולארע שטודיעס און האט זיך אריינגעווארפן אין יידישע לערנונגען.

אין 1922 האט אים הרב קוק - וואס האט זיך דאן געפונען אין ארץ ישראל - פארבעטן צו קומען זיין א לערער אין א ישיבה וואס ער האט אויפגעשטעלט, ער האט דאן געמאכט די לימודים פאר דער ישיבה וואס איז באשטאנען פון פילאסאפיע, היסטאריע, מוסר, עברית און תנ"ך. ער אליין איז געווען א לערער דארט פאר מוסר, גמרא און פילאסאפיע.

אויך האט ער גערעדט נאר עברית, און נישט פארלאזט ירושלים.


ער פלעגט זיך טרעפן מיט הרב קוק כמעט טעגליך, די צוויי זענען געווען זייער נאענט, און הרב קוק האט אים געטרויעט מיט זיינע כתבים אויף פילאסאפיע. וואס איז געווען די עיקר זאך אין וואס ער האט עוסק געווען.

ער האט געשריבן א ספר קול הנבואה אין וואס ער שרייבט אסאך וועגן די צוריקקער פון נבואה ביי אידן, וואס ער איז געווען זיכער וועט געשען דורכדעם וואס אזויפיל אידן קומען צוריק וואוינען אין ארץ ישראל.

ער איז געווען א פייערדיגע אנהענגער פון הרב קוק אז די צוריקער און די אויפקומען פון די רעגירונג אין ארץ ישראל אלס מדינת ישראל איז טייל פון דער גאולה.

ער האט איבערגעלאזט איין זוהן הרב שאר ישוב כהן אשכנזישער רב הראשי אין חיפה. און איין טאכטער די ווייב פון ישראלישע רב הראשי הרב שלמה גורן.