ברונא שולץ

יידיש-פוילישער שרייבער

ברונאָ שולץ (פּויליש: Bruno Schulz; דראָהאָביטש, 12טן יולי 1892 – דאָרט, 19טן נאָוועמבער 1942) איז געווען אַ פּוילישער שרײַבער און קינסטלער פון דער ייִדישער אָפּשטאַמונג.

ברונא שולץ
Bruno Schulz
געבורט 12 יולי 1892
דראהביטש, עסטרייך אונגארישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
דערמארדעט 19 נאוועמבער 1942 (אלט 50)
אוקראינע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
ברוניא שולץ

לעבנסגעשיכטע רעדאַקטירן

ברונאָ שולץ איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט דראָהאָביטש (דעמאלט – אינעם באַשטאַנד פון דער עסטרײַך-אונגאַרישער אימפּעריע, איצט – אוקראַיִנע). אין 1914 – 1915 האָט ער זיך געלערנט מאָלערײַ אין ווין. דערנאָך האָט ער געאַרבעט אין זײַן היימשטאַט אַלס מאָלערײַ-לערער אין אַ גימנאַזיע. איינצײַטיק האָט ער געשריבן פּראָזע אויף דער פּוילישער שפּראַך. אַמערסטן באַוווּסט זײַנען זײַנע נאָוועלעס-זאַמלונגען “Sklepy cynamonowe” ("ברוינע קרעמלעך", 1934) און Sanatorium pod Klepsydrą” ("סאַנאַטאָריִום אונטער קלעפּסידרע", 1937). אין זײַנע ליטעראַרישע טעקסטן פאַרוואַנדלט זיך דאָס טאָגטעגלעכע לעבן פון אַ פּראָווינציִעל שטעטל אין אַ פאַנטאַסטישן משל וועגן גורלות פון דער וועלט. אין 1938 האָט די פּוילישע ליטעראַטור-אַקאַדעמיע געקרוינט ברונאָ שולצן מיט "גאָלדענע לאָבערן".

דעם 30טן יוני פון 1941 האָט דאָס דײַטשישע מיליטער אָקופּירט דראָהאָביטש. ברונאָ שולץ איז דערשאָסן געוואָרן דעם 19טן נאָוועמבער 1942 דורך אַ געסטאַפּאָ-מאַן אויף אַ גאַס פון דראָהאָביטשער געטאָ. אַ טייל פון ברונאָ שולצעס ליטעראַרישע ווערק און כמעט אַלע זײַנע מאָלערײַ-ווערק זײַנען פאַרלאָרן געגאַנגען.

לויט זײַנע ווערק זײַנען געמאַכט געוואָרן טעאַטער-שטעלונג, פילמען און מוזיקאַלע ווערק. אין דער שטאָט דראָהאָביטש, וווּ ברונאָ שולץ האָט געוווינט און געאַרבעט זײַן גאַנץ לעבן עקזיסטירט אַ געווידמעטער אים ליטעראַרישער מוזיי.

וועבלינקען רעדאַקטירן

 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: ברונא שולץ