קאארדינאטן: 58°0′N 178°0′W / 58.000°N 178.000°W / 58.000; -178.000

דער בערינג ים איז א מארגינאל-ים פונעם פאציפישן אקעאן.

מאפע וואס ווייזט דעם פלאציר פונעם בערינג ים.

דער בערינג ים איז צעשיידט פונעם איינגאס פון אלאסקע דורכן אלאסקער האלבאינזל. ער באדעקט א שטח גרעסער פון צויי מיליאן קוואדראט קילאמעטער, און גרענעצט אלאסקע צו צפון און צפון־מזרח, סיביר און קאמטשאטקע (רוסלאנד) צו מערב, דעם אלאסקער האלבאינזל צו דרום, און גאנץ צפון גרענעצט ער דעם בערינג דורכגאס וואס ליגט צווישן דעם בערינג ים און דעם ארקטישן אקעאן.