בעיסוואטער איז א גרויסע אידישע געגענט און פאר ראקעוועי, קווינס נו יארק. עס וואוינען דארט בערך 250 פרומע פאמיליעס.

בערך אין יאר 2000 זענען אנגעקומען אין געגנט בערך 50 סאטמארער חסידישע פאמיליעס, וואס האט געברענגט די פלייץ פון די פרומע ישיבישע טיפ אידן, און די געגנט האט זיך פיר-פאכיג פארגרעסערט.

שפעטער זענען די חסידישע אידן זיך צולאפן און בלויז קנאפע 20 חסידישע פאמיליעס וואוינען היינט דארט. דאס האט צופאלן די האפענונג פון די קאנצעפט פון א נייע חסידשע געגנט אין נו יארק.

מיט דעם אלעם וואקסט די נישט חסידישע געמיינדע.

עס זענען דא דארט מערערע שולן, די גרעסטע שול איז "אגודת ישראל ד'בייסוואטער", ווי רוב איינוואוינער דאווענען, אויך זענען דא דארט בערך נאך 8 שולן. עס איז דא אין דער געגנט צוויי ישיבות פאר אינגע בחורים.

ליסטע פון קווינס געגנטן                         

לאנג איילענד סיטי · פארעסט הילס · פאר ראקעוועי · אוסטאריע · בעיסוואטער · בעיסייד · עלמהארסט · פלאשינג · מעספעט · וואדסייד · סאניסייד · זשעמעיקע · האנטערס פוינט ·

און נאך...