בני יואל

א געשמאקע קרעמל פון סאטמארע אידן

בני יואל זענען א גרופע סאטמארער חסידים וואס וואוינען בעיקר אין קרית יואל, טייל פון זיי די שטוב מענטשן און משמשים בקודש פון רבי יואל פון סאטמאר, וואס נאך זיין פטירה האבן זיי נישט געוואלט זיך אונטערווארפן זיין נאכפאלגער דער ברך משה. היינט צוטאגס אנערקענען רוב פון זיי יא דעם רבי'ן רבי זלמן לייב טייטלבוים אלס סאטמארער רבי.

Bnei yoel בני יואל דסאטמאר קרית יואל

היסטאריע רעדאַקטירן

כאטש זיי זענען פון דעם ערשטן מינוט פון דער פטירה פון רבי יואל טייטלבוים נישט געווען קיין חסידים פון דעם נייעם ממלא מקום, האבן זיי זיך אייגענטליך נישט זיך געטיילט פון סאטמאר, אסאך פון די בני יואל זענען יא נאכגעגאנגען נאך דעם נייעם ממלא מקום, אבער זיי האבן נישט געהאלטן אז ער איז ראוי צו זיין ממלא מקום, נאר ווען זיי האבן געשפירט אז מען צווינגט זיי צו זיין חסידים פונעם ברך משה און פון זיין זון רבי אהרן טייטלבוים, דאן האבן זיי זיך געטיילט.

די בני יואל טענה'ן אז געשען איז עס ווען עס איז געקומען צו א מצב אין קרית יואל אז ווער עס איז א סאטמארער חסיד מוז זיין א חסיד פונעם ברך משה, אדער האט ער א ברירה אוועק צו ציען פון קרית יואל, דאס הייסט כאטש עס זענען געווען קעגענערס אין דער סאטמארער קהילה אין אנדערע שטעט נישט בלויז אין קרית יואל, אבער איבעראל איז אזוי געווען אז ווער עס איז נישט געווען צופרידן האט געהאט א ברירה אוועק צו גיין פון דעם בית המדרש פון סאטמאר און ווערן א צווייטער חסיד, אבער אין קרית יואל, ספעציעל נאך דעם וואס דער ברך משה האט פארשטארקט די הנהגה אין קרית יואל און געמאכט זיין זון רבי אהרן פאר רב אין שטאט, האט מען נישט געקענט גיין ערגעץ אנדערש. די צענטראלע קהילה אין קרית יואל האט נישט געלאזט עפענען קיין בתי מדרשים, און נישט קיין תלמודי תורות, און נישט קיין ישיבות, יעדער איינוואוינער פון קרית יואל האט געמזוט דאווענען אין א בית המדרדש וואס איז אונטער דער צענטראלער קהילה געפירט דורך'ן ברך משה, ער האט געמוזט שיקן זיינע קינדער אין דער צענטראלער תלמוד תורה וואו דער ברך משה מיט זיין זיין זון רבי אהרן האבן געהאט די פולשטענדיגע הנהגה , און מען האט דארט געלערנט אז דער ברך משה און זיין זון זענען די ריכטיגע פארטרעטערס פון רבי יואל טייטלבוים, אט דאס האבן א טייל איינוואוינער נישט געוואלט אננעמען, זיי האבן געוואלט דאווענען און שיקן די קינדער אין א פלאץ וואו נישט די ברך משה און זיין זון רבי אהרן טייֿטלבוים זענען די ווארט זאגער פארן חינוך פון זייערע קינדער.

פון דער אנדערער זייט טענה'ן די חסידים פון ברך משה אז למעשה איז דאס סאטמארער שטעטל געגרינדעט געווארן דורך'ן סאטמאר רב ר' יואל על דעת זה אז עס זאל געפירט ווערן פון איין קהילה און איין רב, און אלע איינוואוינער זאל זיין סרים למשמעותו, וואס דאס פונקטליך איז דאך געווען די ציל פונעם אלטן סאטמארער רבי, וואס ער איז פאקטיש געוועזן דער ערשטער מרא דאתרא, זיין ציל איז געווען זיך צו אוועק ציען פון א גרויסער שטאט וואו ס'איז דא א געמישעכטס פון כל ערליי קהלות שונות ומשונות, און איש כל הישר בעניו יעשה, נאר ענדערש האבן אן אייגן קאנטראלירט שטעטל, אזא גאטונג ווי ערליכע שטעטליך אינדערהיים אין אייראפע, וואו איין רב איז געווען דער מרא דאתרא און מנהיג רוחני פון דער גאנצער שטאט, און אויך ווי מען זעט די געציילטע חסידישע שטעטליך אין ניו יארק און קאנאדע, ווי למשל סקווירא, טאהש, קאשוי, וכדומה, איז דארט קיינעם בייגעפאלן צו טענה'ן הלמאי איך קען נישט עפענען א שפלינטער קהילה און טאהש, וכדומה, ווייל עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז ווי נאר עס עפענט זיך א שפלינטער קהילה אין שטעטל, איז דער גאנצער רעיון פון א שטעטל וואס דער אלטער רבי האט געשטרעבט איז אינגענצליך בטול, ווייל עס איז ווייטער איש כל הישר בענין יעשה, ומה הועילו חכמים בתקנתם. דעריבער האט די קהילה פירער פון קרית יואל געהאלטן אז די מרידה פון בני יואל איז געווען א בחינה פון הגם לכבוש את המלכה עמי בבית, און א דירעקטע הירוס קעגן איינע פון די וויכטיקסטע אויפטוען פון דער אלטער רבי וואס ער האט געגרינדעט דאס שטעטל בשארית כוחותיו.

די בני יואל זאגן אז עס איז נישט ריכטיג, נאר די שיטה פון סאטמאר איז אייביג געווען אויב ביסטו אפגעהיטן פון ציונות און גייסט אין גאנג פון וואס סאטמאר האט געלערנט און מברר געווען לויט דער הלכה [כשרות, צניעות, מנהגים], דאן מעג יא זיין כלערעליי קהילות שונות ומשונות, א ראי' דערצו איז די שטאט סאטמאר אין אייראפע, ווי רבינו יואל איז זיכער געווען דער פולטשענדיגער בעל הבית, דאך איז דארט געווען בתי מדרשים פון אלע ערליי חסידים ווי ווישניץ, קיוויאשד, ר' חיים'על בן ר' שלום אליעזר און נאך. אזוי איז געווען שטעטלעך אינדערהיים אין אייראפע וואו עס האט עקסזיסטירט אלע ערליי בתי מדרשים, אין די גרויסע שטעט, איז געווען אסאך ישיבות, יעדער תלמיד חכם און ראש ישיבה האט געקענט זיך אויפמאכן א ישיבה און תלמיד תורה, ווי עס ווערט אזוי גע'פסק'נט אין שולחן ערוך הל' תלמוד תורה (יור"ד סי' רמ"ה). דערמיט וואס עס איז דא נאך א תלמוד תורה און נאך א ישיבה אין קרית יואל ווערט דערמיט נאך נישט בטל דער גאנצער רעיון פון רבינ'ס שטעטל. און דעריבער האט טאקע נישט בני יואל געמאכט קיין "שפלינטער קהילה" אין דעם שטעטל, נאך געמאכט בתי מדרשים און ישיבות, ביז מען האט זיי צוגענומען זייערע חזקות אין דער אלטער קהילה, און זיי גע'אסר'ט דריסות הרגל האבן זיי נישט געהאט קיין ברירה און זיך געמוזט מאכן א אייגענע קהילה.

דער חילוק צווישן קרית יואל אין סקווירא-טאהש-קאשוי, און אזוי אנדערע שטעטליך, איז ווייל אין קרית יואל קויפט יעדער אפ זיין שטיקל ערד און זיין הויז, עס געהער אויסדריקליך פארן קויפער, ליגאל און תורה'דיג איז עס זיינס, דעריבער האט ער רעכטן לויטן שולחן ערוך און לויט די דינא דמלכותא פון די לאקאלע גאווערמענט, בשעת ער קויפט אפ זיין הויז איז ער זיך גארנישט מחייב פאר די קהילה, קיינער פארלאנגט נישט ער זאל ווערן א חסיד פון ר' אהרן צו פון ברך משה, וועגן דעם אויך דער דינא דמלכותא און דער דין אין שו"ע זאגט אז ער מעג אויפמאכן א ישיבה, מעג ער דערנאך מאכן א ישיבה, ווייל ער איז זיך מחייב נאר פארן שולחן ערוך, אנדערש ווי אין די אנדערע פלעצער בשעת מען קויפט א הויז, איז מען זיך מחייב פאר די קהילה זאכן וואס די קהילה פארלאנגט.

די חסידים פון ר' אהרן טענה'ען אז עס לגמרי נישט דומה לנידן דידן, איינס, ווייל די שטאט סאטמאר אין אייראפע איז געווען אינגאנצן א אנדער מציאות ווי דאס שטעטל קרית יואל. סאטמאר איז פון אסאך יארן בעפאר געווען א אלטע היסטארישע גרויסער אידישער שטאט, מיט כל מיני סארט אידן, דער רבי איז נישט געווען דער מייסד פון די שטאט, עס האט קיינעם עולה על הדעת געווען אז דער רבי גייט דא ארויפצווינגען זיינע מנהגים ומסורות אויף אזא געמישטע שטאט, אפי' דער רבי זעלבסט האט געהאט א אייגן חסידיש ביהמ"ד בנוסף צו די מער אשכנזישע שטאטישע שול, דער מרא דאתרא פאזיציע איז געווען אזא סארט ווי למשל דער אנטווערפענער שטאטס רב אדער לאנדענער שטאטס רב. ווידער קרית יואל האט דאך דער רבי זעלבסט מייסד געווען די שטעטל בארץ לא זרועה ער האט אנגעהויבן א נייע אידישער ישוב ווי עס איז געווען גארנישט, על דעת דעם אז ער מיט זיין קהילה זאל ע"פ תורה זיין דער פולקאמער און אויסשליסליכער בעה"ב, ממילא איז קרית יואל מער דומה צו די קלענערע שטעטליך אינדערהיים ווי עס איז בלויז געווען איין קהילה איין רב איין דיין איין שוחט איין ת"ת, אזא גאטונג ווי ארשעווע אדער קראלי. צווייטענס, אפי' אין סאטמאר זענען די אנדערע קהלות נישט געווען קיין אפענע אפאזיציע פון דעם מרא דאתרא, זיי האבן זיך פארט משכנע געווען צים מרא דאתרא, זיי האבן נאר געוואלט האבן א בית המדרש צו ישיבה לויט זייער מסורה אין געשמאק, אזא גאטונג ווי ס'דא פארשידענע קהלות אין לאנדאן אדער אנטווערפן, משא"כ בני יואל איז נוסד על דעת זה זיך צו פורק עול זיין און שרייען איני מכיר אויף אזא מין רעיון ווי א מרא דאתרא אין קרית יואל, כדי נישט צו האבן קיין שום שעובד צום די קהילה און דער רב, ווי זיי האלטן עס אין איין זאגן, ממילא בכגון דא, איז דאך זיכער אז דאס איז בניגוד וואס דער מייסד דער רבי'ס מטרה איז געווען, ווייל אויב ס'הותרה הרצועה קען מען דאך שוין צוריקגיין קיין ברוקלין.

דעקעגן ענטפערן די חברי בני יואל אז די אלע זאכן זענען נישט ריכטיג ווייל אויב מען קוקט אריין אין די בריוו און די טענות וואס די חברי בני יואל האבן געשרבין בשעתו בשעת זיין האבן זיך געגרינדט, זיי האבן געשריבן בראשורן, בריוו צו די דיינים [ר' ישראל חיים מנשה, ר' געציל, און ר' משה מנחם טירנויער און נאך] וועסטו זעהן. לגבי דעם וואס מען טענה'ט אז עס איז קיינעם עולה געווען על הדעת אז דער רבי גייט זיין דער אוסשליסליכער בעה"ב אין סאטמאר איז נישט ריכטיג, ווייל דער רבי איז טאקע יא געווען דער אויסשליסליכער בית הבית אין שטאט סאטאמר, נאר עס האט איהם נישט געבאדערט אז עס עסקזיסטירט נאך א אנדערע קהילה אין סאטמאר. און דערפאר טאקע האט ער געהאט א אייגן חסידיש ביהמ"ד וואס איז געווען אנדערש ווי די גאנצע שטאט. דעס איז נישט קיין טענה אז, "קרית יואל מער דומה צו די קלענערע שטעטליך אינדערהיים ווי עס איז בלויז געווען איין קהילה איין רב איין דיין איין שוחט, אזא גאטונג ווי ארשעווע אדער קראלי" דאס איז נישט ריכטיג דאס קען מען טועהן אין א קהילה וואו עס איז דא פופציג הונדערט, צוויי אדער דריי הונדערט משפחות, אבער נישט קרית יואל ווי עס איז דא דריי אבער פיהר "טויזנט" משפחות, די קענסט נישט צווינגען טויזענטער משפחות זאלן זיין "חסידים" פון א רבי, נאר אויב זיין ""ווילן", דעריבער איז קרית יואל יא דומה צו סאטמאר, פעסט, מונקאטס, ווארשא, און נאך גרויסע שטעט אין דער אלטע היים, אויף דער טענה אז בני יואל איז נוסד על דעת זה זיך צו פורק עול זיין פון די מרא דאתרא, נישט צו האבן קיין שום שעובד צו איהם, ווי זיי האלטן עס אין איין זאגן" זאגן די בני יואל אז עס איז נישט אמת, ווייל בני יואל האט געהאט ביים אנפאנג בלויז צוויי צילן":

1) נישט צו דאווענען אין דער גרויסער שול, וואו רבי אהרן איז רב [אזוי ווי אין אסאך אידישע קהילות איז דא עטליכע בתי מדרשים נישט נאר "איין גרויסע" שוהל וואו אלץ ווערט קאנטראלירט],

2) נישט שיקן זייערע קינדער אונטער דער ת"ת פון רבי אהרן [נישט ווייל מען האט געוואלט זיין מחוצפים צו ר' אהרן, נאר ווייל מען האט נישט געוואלט אז ר' אהרן מיט זיינע חסידים זאלן מאכן פון זייערע קינדער "סאטמארער חסידים פונעם ברך משה" זיי ווילן נישט זיין קיין חסידים פונעם ברך משה און פון ר' אהרן], נישט מער.

זייער כוונה איז נישט געווען צו זיין קיין מחוצפים און פורק עול זיין פונעם מרא דאתרא, פארקערט גאר זיי זענען גרייט געווען אלעס צו פאלגן, נאר מען זאל זיין לאזן דאווענען ווי זיי ווילן, און מען זאל זיי לאזן שיקרן די קינדער אין זייער חדר, זיין האבן געשריבן קלאהרע בריוו פאר יעדן, מיט וועלן פאלגן אלעס, נאר מיר ווילן נישט זיין קיין "חסידים" פון ר' אהרן ט"ב, וואס דאס איז מותר עפ"י תורה און עס איז א נארמאלע זאך אז אז מענטש איז זיך נישט מחויב צו לאזן צווינגען א חסיד זיין פון א רבי וואס ער גלייכט נישט, אבער וויבאלד דער ברך משה אט נישט מסכים געווען נאר געפייניגט די חברי בני יואל, איז ארויס געקומען אז דאס גאנצע שטעטל האט זיך צוטיילט אויף צוויי אדער אויף דריי.

דער פאקט איז דאך אבער אז סאטמאר רבי האט פארבעטן עטליכע רבנים זאלן אויפשטעלן בתי מדרשים און מוסדות אין קרית יואל. עס איז באקאנט אז דער סאטמאר רבי האט געבעטן רבי הערש'לע ספינקער זאל קומען קיין קרית יואל און אויפשטעלן א בית המדרש און מוסדות. ער האט געבעטן דעם וואוידיסלאווער רב זאל זיך ארויסציען און עפענען א בית המדרש. די קהלה בני יואל האט זיך נישט געבויעט מיט איין ציל, עס איז א צוזאמענשטעל פון עטליכע סארט מענטשן, וואס וויבאלד ערגערצוואו אין יעדנס קאנפליקט זענען זיך צוזאמענגעקומען די מיינונגען פון די מענטשן אז זיי קענען זיין אויף איין זייט, און די קהלה האט זיך געגרינדט. ווען דער סאטמאר רבי איז נפטר געווארן האבן די חסידים געוואלט זייער שטארק אנהאלטן דעם גייסט וואס דער רבי האט אריינגעברענגט, זיי האבן נישט געוואלט פארגעסן פון אים. זיי האבן געפילעוועט אין זיינע ספרים, עס זענען פארגעקומען שיעורים ברבים וואס מען האט בחבורה געלערנט דעם רבי'נס ספרים. בד בבד האבן די דאזיגע מענטשן זיך געהאלטן און געקלאמערט אינעם נייעם רבי'ן, דער ברך משה, וואס האט איבערגענומען די הנהגה. דאקעגן זענען געווען געוויסע מענטשן וואס האבן געזען אין דעם ווי א אומאונטערטעניגקייט אונטער דעם נייעם רבי'ן. זיי האבן געהאלטן אז אזויווי ביי אנדערע חסידות'ער, ווי נאר דער רבי גייט פון דער וועלט נעמט מען אויף א נייעם, דער נייער איז פונקט אזוי גוט ווי דעם אלטן - אין די אויגן פון די חסידים. טא פארוואזשע דארף מען זיך אזוי בענקען נאך דעם אלטן. דעריבער האבן זיי געזען דאס זיך קאכן אין דעם אלטן רבי'נס ספרים מיט א בענקעניש, מיט התקשרות צום רבי'ן כאילו ער לעבט נאך, ווי א בגידה און נישט אננעמען דאס מרות פון דעם נייעם רבי'ן. אבער דער נייער רבי, דער ברך משה, האט אויך נישט פארגעסן ביי קיין איין אויפטריט - עכ"פ אין זיינע בראשית יארן על כסא ממלכתו - צו דערמאנען דעם פעטער ז"ל, מען זאל נישט פארגעסן פון אים און גיין אין זיינע וועגן, אלץ האט ער מעורר געווען אין זכות פון פעטער. אבער אפאר העצערישע חסידים, וואס זייער קשר מיט סאטמאר אין די פריערדיגע יארן איז געווען א קנאפער, נאר יעצט ווען עס האט זיך אנגעהויבן נייע צייטן האבן זיי זיך געהויבן די קעפ, האבן זיי פארשטאנען אז "אזויווי ביים קדושת יום טוב האט מען נישט אזויפיל זיך געווייקט אין אים נאך זיין פטירה, דארף מען אויך נישט נאכן בעל ויואל משה'ס פטירה" (כלשון אחד מן החסידים החמים דאז), דעריבער האבן זיי אנגעהויבן מיט א רדיפה און א טשעפע קאמפיין קעגן די אידן וואס האבן זיך געקלאמערט אינעם רבי'נס תורות. די אידן זענען געווען גענצליך אונטערגעווארפן אונטער דער הנהגה פון דעם נייעם רבי'ן, נאר זיי האבן זיך אויך געבענקט נאך דעם אלטן רבי'ן, וואס ווי פארשטענדליך זענען די צוויי אינגאנצן נישט קיין סתירה (און אויב יא, דעמאלט ברויך ער טאקע נישט צו זיין רבי דא). דאס איז איין פראקציע מענטשן וואס האבן זיך שפעטער אריבערגעצויגן קיין בני יואל. שפעטער איז געווארן ווען דער ברך משה האט געוואלט אויפנעמען זיין זון, ר' אהרן, אלס רב און ראש ישיבה אין קרית יואל, האבן געוויסע מענטשן נישט געקענט שלום מאכן מיט דעם מצב אז די רביצין פון דעם סאטמארער רבי'נס שטעטל רעד העבראיש; זיי האבן נישט געקענט שלום מאכן מיטן מצב אז אויף דעם סאטמארער שטעטל זאל שורר זיין א רב וואס ביי אים אין שטוב רעדט מען העבראיש. ווייל דאס איז א שפראך וואס לויט דער שיטה פון סאטמאר איז עס אקעגן דער תורה. האבן זיך צוזאמענגענומען עטליכע מענטשן פון די פני העדה און זענען אריין צום ברך משה און שיינערהייט האבן זיי פארבעטן דעם רבי'ן אז ער אלס קרית יואל'ער רב, דעם רבי'נס שטעטל, זאל ער אויפנעמען דעם אנדערן זון. עס דארף אנגעמערקט ווערן אז זיי האבן געבעטן מיט דרך ארץ. ווען דער ברך משה האט געהערט די בקשה איז ער זייער גערעגט געווארן, און זיי ארויסגעווארפן פון שטוב. עס איז געווען דעמאלט א גאנצע משא ומתן צי דער ברך משה האט ריכטיג באהאנדלט די מענטשן. געווען וואס האבן גע'טענה'ט אז ניין, וויבאלד דאס זענען געווען גאר חשוב'ע מענטשן, פון די ארויפגעקוקסטע אידן אין סאטמאר, דעריבער וואלט ער זיך געדארפט שיין באנעמען צו זיי. אנדערע האבן גע'טענה'ט אז דער ברך משה איז גענצליך גערעכט געווען, ווייל זיי האבן געבעטן א דבר שאי אפשר, זיי האבן ווי געזאגט אז ער זאל ארויסשניידן זיין זון - וואס ער איז זיין געלונגנסטער זון און א גרויסער תלמיד חכם, ער שטייגט איבער אלע זיינע ברידערס אין תורה - פון דער יחוס. די מענטשן פארשטייען אז דער פאקט איז אז דער ברך משה האט איבערגענומען דעם שבט ההנהגה, עס איז זיין ירושה - ווי איינער זאגט, עס קען זיך נישט טוישן. און אז יעצט איז עס זיינס, באלאנגט אז זיין זון זאל אריינקומען אויף זיין פלאץ - כדרך שאר חצרות החסידית.

אייגענע מוסדות רעדאַקטירן

למעשה אום ט"ו בשבט ה'תשמ"ט האבן זיי געעפנט אייגענע מוסדות אין קרית יואל מיטן נאמען "בני יואל" וואס האט ארויסגרופן א גרויס שטורעם אין דער סאטמארער וועלט, און א קייט פון נאכאנאנדיגע שלעגערייען און דראמאטישע קאנפליקטן, וואס איז באריכטעט געווארן איבער דער סאטמארער וועלט, און אין די לאקאלע פרעסע נאכאנאנד איבער די געשלעגן וואס זענען געווען אין געריכטס און אויף נאציאנאלער טעלעוויזיע.

תלמוד תורה רעדאַקטירן

"בני יואל" האט זיך אויפגעמאכט מיט א חדר פון זעקס קינדער, פילע האבן שפעקולירט אז דאס גייט נישט האבן קיין קיום און עס וועט זיך שפארן, ווארשיינליך צוליב די שטארק געוואגטע אימביציע זיך צו ארויסשטעלן קעגן די גאנצע מאשין פון די עטעבילירטע סאטמארער קהילה, אבער למעשה איז דאך נישט יד ישראל תקופה, און די פירער האט מיט עקשנות, און לעגאלע מאנעווערס דורכגעשוויצט אלע שטרויכלונגען מצד די צענטראלע קהילה, און די מוסדות בני יואל האט היינט איבער צוויי טויזנט פינעף הונדערט קינדער, א שטאב פון 150 איינגעשטעלטע מחנכים און מחכנות.

אלס א רעזולטאט, געפינען זיך היינט צו טאג בתי מדרשים אין קרית יואל וואס טוען נישט אנערקענען אין דער הנהגה פון דער צענטראלער קהילה און איר שטאטס רב. א גרויסער טייל פון די בתי מדרשים, זענען בעצם אלע בני יואל שולן ווייל היות בני יואל האט נישט קיין אייגענע בתי מדרשים מיטן נאמען "בית המדרש קהל בני יואל", האבן זיי ענדערש קליינע בתי מדרשים ציזייט אין קרית יואל אונטער פארשידענע נעמען, צום ביישפיל, בית אלטא פייגא, חרדים, בית קויפמאן, שארמאש, טשאטה, באדאישל, דאס זענען אלע סיי די מתפללים און סיי די רבנים מיטגלידער און מנהיגים פון בני יואל. ‏[1]

אין די צייטונגען וואס געהערן פאר רבי אהרן ווי "דער בלאט", "דער בולעטין" און "דער זשורנאל", ווערט נישט דערמאנט קיין איינע פון די אויבענדערמאנטע קהילות, כאילו זיי עקזיסטירען נישט, און אויך נישט די נייעס וואס דארט קומט פאר, עס קען זיך דוכטן אז עס עקזיסטירט נישט אין קרית יואל נאר די קהילה פונעם ברך משה און פון רבי אהרן, ווען אין אמת'ן איז דארט דא טויזענטער משפחות, ביי די וואלן וואס עס קומט פאר אין קרית יואל זענען די שטימען צוטיילט אויף צוויי. ארום 30 פראצענט וויילט פאר ר' אהרן און זיין פארטיי, די איבריגע 40 - 60 פאר דעם צד שכנגד.

די קהילה רעדאַקטירן

די חברה בני יואל האבן היינט צו טאג אין קרית יואל א פולשטענדיגע קהילה וואס עקזיסטירט אויסער די ראמען פון ר' אהרן'ס קהילה, דאס הייסט זיי האבן אלע סארט צוגעהערן וואס א קהילה דארף האבן. זיי האבן א בית החיים, בתי מדרשים אין אלע ווינקלעך פון שטאט, א יאטקע, א מצה בעקעריי, א יינגל חדר, א מיידעל שולע, א ישיבה קטנה, א ישיבה גדולה, א מקוה טהרה, התאחדות אברכים. זיי האבן רבנים און דיינים, מו"צ וואס פסק'ענען שאלות פאר זיי, און זאַלן פאר שמחות. און זיי פארמאגן אויך א בית החיים. וואס איז דאס פון די סאמע וויכטיגסטע פארן יסוד פון א קהלה. ווען קהל בני יואל האט מקדש געווען דעם בית החיים, האט דער ווייצנער רב אים געזאגט אז מיט דעם האט זיך געשלאסן דער קריג, אז זיי האבן א בית החיים מיינט דאס אז זיי האבן א פולשטענדיגע קהלה באגרינדעט אויף יסודות פון א קהלה.

ווי אויך פארמאגן זיי א פארכטפולער נייער חתונה זאל, וואס מיט דעם איז שוין די קהילה יעצט גענצליך אומאפהענגיג פון סיי וועמען, און זיי האבן שוין פון געבוירן ביזן שטארבן אלעס אליינס, אזוי אז די קהילה האט זיך אנגעהויבן אויך אויסצושפרייטן אין אנדערע אידישע געגנטער, צ.ב.ש. אין וויליאמבורג האט זיך געפענט א כולל בוקר פאר איגעלייט וואס זענען תלמידים פון די מוסדות וואס זייער גורל איז אויסגעפאלן צו וואוינען אין וויליאמסבורג.

חתונה זאל רעדאַקטירן

אזוי ווי די בני יואל אידן האבן קיינמאל נישט געהאט קיין זאל אין קרית יואל וואו צו מאכן חתונה אן צו מוזן נעמען רבי אהרן טייטלבוים פאר מסדר קידושין, האבן זיי זיך געבויעט א אייגן חתונה זאל, הארט אינדרויסן פון די שטעטל. דאס האט ארויסגעברענגט א גרויסע מהומה אין קרית יואל, ווייל די צענטראלע קהילה האט געהאלטן אז דאס איז קעגן די אנגענומענע אלטע תקנה אז א רב טאר נישט מסדר קידושין אין א פרעמדער שטאט אן רשות פונעם מרא דאתרא. נאטורליך האבן כמעט אלע רבנים וואס געהערן צו רבי אהרן'ס קאנקורענץ - רבי זלמן לייב - מתיר געווען חתונה מאכן דארט, ווי למשל רבי אברהם לייטנער, פון די ערשטע אפענע שטיצער פון בני יואל, און רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן דער ראב"ד פון סאטמאר מהרז"ל - וויליאמסבורג, און דער גאנצער וויליאמסבורג־סאטמארער מהרז"ל בית דין רבי שלמה לייב וויינבערגער פאיע'ער רב, רבי זלמן לייב פילאפ. ווי אויך די אויסגעשפראכענע בני יואל רבנים, רבי יואל מארגענשטערן שארמאשער רב, רבי מאיר יהודא טענענבוים טשאטער רב, רבי מנשה פילאפ חבר בית הוראה פון וויליאמסבורג.

אויך האבן שוין דארט מסדר קידושין געווען פיל רבנים וואס זענען היסטאריש סימפאטיש פאר בני יואל, ווי למשל, האדמו"ר מסאטמאר וויליאמסבורג, דער קאשויער רב, רבי אליעזר חיים בלום און זיין ברודער רבי שמחה ישראל בלום, שאפראנער רב, און הרב משה דוב קויפמאן, ראה"כ פון דרך החיים. רבי זלמן לייב פילאפ. רבי שלמה לייב וויינבערגער דייני קהל סטאטמאר ווימ״ס

פון רבי אהרן'ס רבנים האט קיינער זיך געקימערט צו עמטליך נעמען א שטעלונג נאר איבערגעלאזט אלץ פארן ארגינעלן קרית יואל'ן דיין רבי געציל בערקאוויטש, וואס ערהאט זיך ארויסגעשטעלט און ער האט ברבים און בכתב גע'אסר'ט דאס סידור קידושין. איראניש איז געווען אז ביי דער קאראנא תקופה האט רבי געציל דארט מסדר קידושין געוועהן ווי קיינמאל בעפאר, דאס איז געווען נאך א רינגעלע אין קייט אז די מערכה איז נאר א פאליטישער . פאר א שיינע שטיק צייט פלעגן די בני יואל יודן דארטן חתונה מאכן , היינט צוטאגס, מאכן שוין די בני יואל אידן און זייערע סימפאטיקער דארט פיל ווייניגער חתונות, צוליב די גרעסערע אויסוואל פון זאלן, און געוויסע פעלער האבן מסדר קידושין געווען מעסיגע רבנים נאכן אפנעמען רשות פון רבי אהרן וואס ער געבט ווי נאר איינער בעהט.

זעט אויך רעדאַקטירן

הערות רעדאַקטירן

  1. עס זענען אבער דא אויך בתי מדרשים וואס האבן נישט דוקא א שייכות מיט בני יואל צום ביישפיל ספינקא, טאהש, תולדות אהרן, ברסלב, בית המדרש גבעת שאול, בית המדרש בית פריינד, בית המדרש ישרש יעקב - נעבליץ, ביהמ"ד מנחת אהרן דיפו, סעליש, עטרת יהושע דנאסויד, ביהמ"ד קומץ המנחה, ביהמ"ד שארית ליהודה, ביהמ"ד שערי תפלה, ביהמ"ד שלום על ישראל, תפארת יחזקאל מערץ, תפארת עוזיאל ריטשוואל, און נאך אסאך, אבער דער צד השוה פון זיי אלע איז אז זיי אנערקענען נישט אין דער הנהגה פון ר' אהרן, אנדערש ווי און אנדערע אידישע שטעט, וואס עס קענען זיין קהלות שונות וואס האבן קיין שום פורצוג אין פרעמדע פאליטיק, איז אבער אין קרית יואל "הלנו אתה עם לצרינו" איינער וואס געהערט צו א פרעמדע קהלה, האט נישט קיין שום בענעפיט, און טאר נישט הנאה האבן פון די צענטראלע קהילה, אויסער דעם וואס די ר' אהרן'ס קהלה גייען לשיטתם אז די אלע קהלות זענען נגד הלכה, האבן די אלע מיטגלידער פון די אנדערע קהלות דייקא א נעגאטיווער מיינונג לגבי ר' אהרן.