ר' בנימין אונגאר (ט"ז תשרי ה'תרס"ח - ד' תשרי ה'תשמ"ד) איז געווען א פרומער יוד, א חזן אין תל אביב.

בנימין אונגאר
קיין פריי בילד
געבורט 24 סעפטעמבער 1907
עסטרייך אונגארישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 11 סעפטעמבער 1983 (אלט 75)
תל אביב-יפו, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך חזנות רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע רעדאַקטירן

אונגאר איז געבוירן אין יאסלא, גאליציע אום ט"ז תשרי ה'תרס"ח. זיין פאטער משה אונגאר איז געווען א משפחה מיט די זשאבנער רבי'ן.

אלס קינד האט ער געזינגען אין די כאר פונעם חזן עמנואל פרענקל אין דער פוילישער שול אין וויען. זינט די אכצן יאר האט ער געדאוונט פארן עמוד.

ער האט אויך געלערנט חזנות ביים בארימטן חזן יהודה לייב מילער און ביים בארימטן קאמפאזיטאר און דיריגענט יוסף מילעט.

ער האט עולה געווען קיין ישראל אין חודש תשרי תרצ"ט, וואו ער איז אויפגענומען געווארן אלס יושב ראש פון די ארגון החזנים און אלס חזן אין דער גרויסער שוהל אין תל אביב.

ער האט איבערגעלאזט פילע רעקארדירונגען פון חזנות און חסידישע און יודישע לידער.

וועבלינקען רעדאַקטירן