בורשטין איז אן איידלשטיין געשאפן פון פארשטיינערטן רעזין פון האלץ. די קוואלן פון בורשטין זענען מינעראלן, וואס מען געפינט בעיקר אין דעם געגנט פונעם באלטישן ים. 80% פון דער וועלט'ס בורשטין ווערט געגראבן פונעם זאמד אין קאלינינגראד, רוסלאנד.

מעדאליאנען פון בורשטין
בורשטין מיט א זשוק
בורשטין - Coleoptera Elateridae
דער ארטיקל דיסקוטירט אן איידלשטיין וואס קומט פון פארשטיינערטן רעזין. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט בורשטין (באדייטן).

געוויסע שטאפן, למשל וואל, באקומען אן עלעקטרישע לאדונג ווען מען רייבט זיי מיט בורשטין. די פארצייטישע גריכן האבן דאס באמערקט און גענוצט דאס גריכישע ווארט פאר בורשטין, ηλεκτρον (עלעקטראן), פאר דעם פענאמען. דאס ווארט "בורשטין" ווערט אויך געניצט פאר א געוויסן געלן קאליר.

זעט אויך רעדאַקטירן

וועבלינקען רעדאַקטירן

 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: בורשטין