בוני עולם איז איינע פון די ארגאניזאציעס וואס העלפט ארויס אידישע פארפאלק וואס האבן נישט קיין קינדער צו קענען האבן קינדער, דורך עצות, הילף צו טרעפן דאקטוירים, און פינאנציעלע הילף.

דער מוסד איז נתייסד געווארן דורך הרב שלמה באכנער וואס איז ברייט באוואוסט מיט זיינע הארציגע דרשות ביי די בוני עולם דינערס .

יעדער איינציגער באדערפער וואס בוני עולם העלפט, קאסט אפ הונדערטער טויזנטער דאלארן, אבער די רעזולטאטן וואס בוני עולם האט געברענגט, צייגט אז ס'איז ווערט יעדע פרייז, אין די צייט וואס אמאל איז דאס געווען פארפאלענע זאך, איז דורך בוני עולם שוין געבוירן געווארן געזונטע קינדערלעך אין די הויכע נומערן כן ירבו בישראל.

בוני עולם העלפט בעיקר ביים ערשטן קינד; ביים צווייטן און דריטן העלפן זיי מיט עצות און הלוואות, אבער נישט מיט געלט ווייל ס'פשוט נישט מעגליך.

צווישן די רבנים אויף דעם וועד פון בוני עולם ווערן פאטרעטן די קהילות ווי סאטמאר, סיי פון קהל מהר"א, און סיי פון קהל מהרי"י, באבוב, בעלזא, סקווירא, וויזשניץ ,פאפא.

בראש פון די רבנים אין אמעריקע שטייט דער סקווערער דיין הרב מיכל שטיינמעץ שליט"א, און אין ארצה"ק איז הרב משה שאול קליין שליט"א, ווי אויך די אנדערע דיינים הרב חיים דוד כ"ץ שליט"א סאטמאר בארא פארק, און הרב אברהם הערש וואזנער שליט"א סאטמאר מאנסי, הרב שרגא האגער פון קאסאוו שליט"א, הרב משה מנחם ווייס שליט"א פון פאפא, און הרב חיים יעקב טויבער שליט"א פון באבאוו.

קריטיק און ענטפער

צווישן אלע רבנים און גדולי ישראל וואס שטיצן און רימען אויס דעם מוסד בוני עולם איז דא אבער איין רב הרב חיים לייב כ"ץ סערדיהעלער רב שליט"א פון בארא פארק וואס טומעלט זייער אקעגין די מוסד בוני עולם, און כסדר האלט ער דרשות, און גייט באזוכן רבנים, און אלארימירט אז בוני עולם טוט און פראקטאצירט זאכע וואס עס נישט אויסגעהאלטן, ער האט ארויסגעגעבען א ספר מיטן נאמען "זרעו לפניך יכון" וואס דארט האט ער אפגעשריבן אלע זיינע טענה'ס א'קעגן בוני עולם און די ארגאנזאציעס וואס העלפן פארפעלקער צו האבן קינדער, ער איז געפארן קיין ארץ ישראל זיך טרעפן מיט הרב וואזנער זצ"ל ווייל ס'איז דא פארשידענע גרסיות איבער זיין מיינונג, זיין גרויסער תלמיד הרב משה שאול קליין שליט"א האלט אז הרב וואזנער זצ"ל איז געווען א שטארקע פארהערער פון די מוסד און הרב קליין איז געקומען סעפציעל צו פארן צו א בוני עולם דינער און ברוקלין איבערגעבן די מיינונג פון זיין רבי'ן, אבער הרב כ"ץ ווייסט צו זאגן אז אנדערע תלמידים האלטן נישט אזוי.

ווען הרב כ"ץ איז געפארן קיין ארץ ישראל האט ער זיך נישט געטראפן מיט הרב וואזנער זצ"ל ס'האט געהייסן אז הרב וואזנער זצ"ל האט נישט כח געהאט זיך צו איינטענה'ן מיט הרב כ"ץ.

ווי אויך פאריפט זיך הרב כ"ץ אויף א פסק הלכה פונעם חזון איש זצ"ל; אבער די ענטפער איז אז די היינטיגע מעטאדן איז נאך נישט געווען בימים ההם, ואין הנידון דומה לראי' בכלל,

אבער פון די צענדליגער רבנים וואס האבן ג'חתמעט לטובת הרב כ"ץ אויף א קול קורא אויף א פארעוון נוסח מ'זאל פרעגן א רב ובעל הוראה מובהק, ווייסט מען אז זיי אליינ'ס האבן דאס געטון נאר לכבודו, אבער באמת שטיצן זיי שטארק בוני עולם און שיקן זייערע אינגעלייט ווען מ'דארף הילף צו בוני עולם, און זייערע דיינים זענען פון די פירנדע רבנים אין בוני עולם און זיי האלטן נישט אז באמת איז די קריטיק איז א ריכטיגע אדער א אמת'ע.

וועבלינקען רעדאַקטירן

אידישע וואולטעטיגע ארגאניזאציעס וואס זענען טעטיג מיט חסד צווישן די היינטיגע אידנטום איבער דער גארער וועלט.

 

אבני חסד • אגודת ישראל • בוני עולם • ביקור חולים ד'סאטמאר • ביקור חולים דראקלענד קאונטי • בת מלך • דור ישרים • דזשױנט • המספיק • וועד הרבנים • חברה הצלה • חוש • חברים • חסד (ארגאניזאציע) • חברה שומרים • יד שרה • כל ישראל חברים • משמחי לב • עי-טיים • עזר לחתנים • עזר לתלמיד • עזר למזון • פֿוטסטעפס • פחת תקווה • קופת העיר  • קרן עזר • קרן חתנים • רב טוב • רפואה וישועה • שערי חמלה  • שרשרת • תומכי שבת  •