אַסאַם (שטאַט)
অসম
Assam
מדינה / טעריטאָריע אינדיע
הויפּטשטאָט פון שטאַט דיספור
26°08′N 91°46′E / 26.14°N 91.77°E / 26.14; 91.77
אָפיציעלע שפּראַך אסאמעזיש
בענגאליש
שטח 78,550 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטאַט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

31,169,272‏  (שטייענדיג 2011)
400 באוואוינער א ק"מ2

אַסאַם (ענגליש: Assam; אסאמעזיש: অসম אקסאם) איז איינער פון די 29 שטאטן פון אינדיע. ער געפינט זיך אין צפון־מזרח אינדיע, ארומגענומען מיט בהוטאן אין צפון, דעם לאנד באנגלאדעש אין דרום, און די אינדישע שטאטן ארונאטשאל פראדעש, נאגאלאנד, מאניפור, מיזאראם, טריפורא און מעגהאלאיא. אסאם איז געווארן א טייל פון בריטישער אינדיע אין 1828.

די הויפטשטאט איז דיספור און די גרעסטע שטאט איז גואוואהאטי. די שפראך פון דעם שטאט איז אסאמעזיש.

אַסאַם באדעקט א שטח פון 78,438 ק"מ², גרעסער ווי פאנאמא און קלענער ווי טשעכיי; ער איז דער 16טער שטאַט לויט שטח. מיט א באפעלקערונג פון 31,169,272 מענטשן (אין 2011), איז אַסאַם דער 14טער שטאַט פון אינדיע לויט באפעלקערונג.

דער טייך בראהמאפוטרא פליסט לענגאויס דעם שטאַט.

וועבלינקען רעדאַקטירן

 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: אסאם