אמינא-זייערס

קלאס פון ארגאנישע פארבינדונגען

אַמינאָ-זייערסן זענען די כעמישע סובסטאנצן פון וואס פּראָטעינען ווערן געבויט. אין אייקאַריאָטן זענען פֿאַראַן 20 סטאַנדאַרטע אַמינאָ־זייערסן פון וואָס כּמעט אַלע פּראָטעינען זענען צוזאמענגעשטעלט.

די אַלגעמיינע סטרוקטור פון אַן α-אַמינאָ־זייערס, מיט די אַמינאָ גרופּע צו לינקס און די קאַרבאָקסיל גרופּע צו רעכטס.

אין ביאָכעמיע, איז אַן אַמינאָ־זייערס יעדער מאלעקול וואָס האט סיי אַמינע (NH2+R) און סיי קאַרבאָקסיל (C =O) פֿונקציאנעלע גרופּעס . די אלפֿאַ־אַמינאָ־זייערסן האבן די אַלגעמיינע פֿאָרמל H2NCHRCOOH, וואו R איז איינער פון פיל זייט־גרופּעס (זעט דעם דיאַגראַם).

עטלעכע 500 אַמינאָ־זייערסן זענען באקאנט.[1] פֿאַר בעלי חיים איז די וויכטיקסטע זאַך וואָס אַמינאָ־זייערסן פועלן איז צו פּראָדוצירן פּראָטעינען, וואָס זענען זייער לאַנגע קייטן פון אַמינאָ־זייערסן. יעדער פּראָטעין האט זייַן אייגענע סעקווענץ פון אַמינאָ־זייערסן, און לויטן סעקווענץ האט דער פּראָטעין פאַרשידענע פֿארעמען און פֿאַרשידענע פֿונקציעס. אַמינאָ־זייערסן זענען ווי די אלפאבעט פֿאַר פּראָטעינען; כאטש מען האט בלויז געציילטע אותיות, קען מען זיי פאַרבינדן זיי צו שאַפֿן א סך פאַרשידענע זאצן.

רעפערענצן רעדאַקטירן

  1. Wagner, Ingrid & Musso, Hans 2003. New naturally occurring amino acids Angewandte Chemie international edition.