אליהו שטערנבוך

דיין אין אנטווערפן, בעלגיע

הרב אליהו שטערנבוך (כ"ד חשון תרצ"ב - כ"א תמוז תשע"ז) איז געווען דער ראב"ד פון קהילת "מחזיקי הדת" אין אנטווערפן. ער איז א ברודער פון רבי משה שטערנבוך, ראש בית דין פון דער עדה החרדית אין ירושלים, הרב דוב שטערנבוך פון גייטסהעד, רביצין שולמית, ווייב פון רבי חיים יעקב אריאלי, רביצין יהודית, ווייב פון הרב משולם דוד הלוי סאלאווייטשיק, און רביצין רחל, ווייב פון הרב הדיין חנוך ערנטרוי פון לאנדאן.

אליהו שטערנבוך
קיין פריי בילד
געבורט 4 נאוועמבער 1931
כ"ד חשון תרצ"ב
לאנדאן, פאראייניגטע קעניגרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 7 יולי 2017 (אלט 85)
כ"א תמוז תשע"ז
ירושלים, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע רעדאַקטירן

הרב אליהו איז געבוירן געווארן אין לאנדאן צו אשר און דבורה שטערנבוך, טאכטער פון הרב שלמה זלמן פינעס, מחבר ספר ״פנס שלמה״ און אן אייניקל פונעם ווילנער גאון. ער איז געווען א תלמיד פון רבי משה שניידער אין זיין ישיבה תורת אמת אין לאנדאן, ענגלאנד, וואו ער האט געלערנט אינאיינעם מיט רבי טוביה ווייס, אב בית דין פון דער עדה החרדית אין ירושלים. אויך האט ער געלערנט אין דער גייטסהעדער ישיבה און אין ישיבת חברון אין ירושלים. אין אלול תשט״ז האט ער געהייראט מרים (-כ"ה אייר תשע"ה), די איינציגע טאכטער פון רבי ברוך האגער, סערעטער רבי פון חיפה.

אין תשכ״ב האט מען אים באשטימט ראב״ד פון דער מחזיקי הדת קהילה אין אנטווערפן. ער איז נפטר געווארן אין ירושלים שבת פ׳ פינחס, כ״א תמוז תשע״ז.

משפחה רעדאַקטירן