הרב אליהו חיים מייזל (ט' סיון ה'תקפ"א - י"ד אייר ה'תרע"ב) איז געווען דער אב"ד פון לאדזש.

אליהו חיים מייזל
געבורט 9 יוני 1821
האָראָדאָק, Q279583, בעלארוס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1 מאי 1912 (אלט 90)
לאדזש, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע רעדאַקטירן

אליהו חיים איז געבוירן אין דערפֿל האראדאק לעבן וואלאזשין, צו זיין פאטער משה מייזל און זיין מוטער חיה, און מען האט אים א נאמען געגעבן אליהו נאך דעם ווילנער גאון, און חיים נאך רבי חיים פון וואלאזשין. זייענדיג בלויס אכט יאר איז ער אריינגעגאנגען לערנען אין דער וואלאזשינער ישיבה, און אין דער עלטער פון צוועלף יאר האט ער געקריגן היתר הוראה. צו ניינצן יאר איז ער געקרוינט געווארן מיטן רבנות פון פארשידענע קהילות (האראדאק, דערטשין, פרוזשין און לאמזשע). אין יאר תרל"ג איז ער געווארן רב פון דער גרויסער שטאט לאדזש, וואו ער האט געדינט אלס רב פֿערציג יאר ביז זיין פטירה י"ד אייר תער"ב.

רבי אליהו חיים איז באוואוסט מיט זיין גרויסער קלוגשאפֿט, מיט וואס ער האט אריינגעברענגט שלום צווישן איינעם און דעם אנדערן, און מיט זיין עסקנות פֿאר די צרכי ציבור אין פוילן.[1]

שבת רעדאַקטירן

ווען הרב אליהו חיים איז געקרוינט געווארן אלס רב אין דער נייער שטאט לאדזש אין תרל״ג, האט ער געמאלדן פֿאר די יידן אין דער שטאט: "ווילאנג איך וועל דינען אלס רב , וועט נישט פֿארקומען קיין חילול שבת אין לאדזש".

איינמאל האט מען אים דערציילט אויף א געוויסן ייד ביים עק פֿון דער שטאט וואס עפֿנט זיין געשעפֿט שבת.

דעם קומענדיגן שבת צופֿרי האט ער געמאלדן אז מען זאל נישט ווארטן אויף אים מיטן דאווענען, און ער איז געגאנגען צופֿיס צו יענעם ארט. ער האט געבארגט א בענקל פון א נאנטן הויז און האט זיך געזעצט ביי דער טיר פון געשעפֿט.

אז דער יידישער אייגנטימער פונעם געשעפט איז געקומען עפענען זיין געשעפט האט ער באמערקט דעם רב זיצנדיק ביי דער טיר, האט ער געקלערט מסתמא האט דער רב א ברית אין דער געגנט און ער ווארט אויפן קינד. נו, ווען דער רב איז אנוועזנד האט ער נישט געקלערט צו עפענען דעם געשעפט שבת, האט ער געווארט ביז דער רב וועט אוועקגיין וועט ער אויפעפענען.

אבער דער רב איילט זיך נישט אוועקצוגיין. ער זיצט דארט שעה'ן לאנג ביז יענער ייד האט פארשטאנען פארוואס דער רב זיצט דארטן—נאר צוליב אים אליין! האט ער געטראכט: דער רב פלאגט זיך צו זיצן דא און איך בין שולדיג. האט ער אנגעהויבן האבן חרטה וועגן זיין חילול שבת. האט ער געוואנדן צום רב: "איך פארשטיי דעם רב'ס כוונה. זאג איך צו אז איך גיי תשובה טון און פון היינט אן בלייבט מיין געשעפט פארמאכט. אבער כ'בעט דעם רב זאל אהיים גיין עפעס טועם זיין…"

רעפֿערענצן רעדאַקטירן

  1. מאורות השבת, ערשטער טייל 87 (מאורות)

וועבלינקען רעדאַקטירן