איסטקאט אונטערגרונט סטאנציע

לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע
קאארדינאטן: 51°34′36″N 0°23′49″W / 51.5767°N 0.3969°W / 51.5767; -0.3969

איסטקאט (ענגליש: Eastcote) איז א לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע אויפן אקסברידזש צווייג פון סיי דער מעטראפאליטאן ליניע און סיי דער פיקאדילי ליניע. די סטאנציע איז אין טראוולקארט זאנע 5.

איסטקאט לאנדאנער אונטערגרונט
בילד

סטאנציע געביידע

(למפת גרויסלאנדאן רגילה)

לאקאציע פון איסטקאט אין גרויסלאנדאן

לאקאלער סטאנציע נאמען: Eastcote
יאר געעפנט: 1906
לאקאציע: איסטקאט
בארא: לאנדאנער בארא פון הילינגדן
פארוואלטער: לאנדאנער אונטערגרונט
ליניעס אדורך דער סטאנציע: מעטראפאליטאן ליניע
פיקאדילי ליניע
צאל פעראנען: 2
טראוולקארטע זאנע: זאנע 5
צאל פאסאזשירן אין יאר: 2.83 מיליאן (2015)

די סטאנציע האט צוויי פעראנען.

היסטאריע רעדאַקטירן

די סטאנציע האט געעפנט דעם 26סטן מיי 1906 מיטן נאמען איסטקאט האלט אויף דער מעטראפאליטאן באן (היינט די מעטראפאליטאן ליניע) פון הארוי-אויפן-היל קיין אקסברידזש. אום 1טן מערץ 1910 האט די דיסטריקט באן געעפנט א פארלענגערונג פון דרום הארוי צו פארבינדן מיט דער מעטראפאליטאן באן ביי איסטקאט קנופ מזרח פון דער סטאנציע, כדי צוגן פון דער דיסטריקט באן זאלן קענען באדינען סטאנציעס צווישן איסטקאט און אקסברידזש. פון 23סטן אקטאבער 1933 האט די פיקאדילי ליניע איבערגענומען די דיסטריקט ליניע באדינונגען.

באדינונגען רעדאַקטירן

מעטראפאליטאן ליניע רעדאַקטירן

א גאנצן טאג, 8 באנען א שעה אין יעדער ריכטונג.

אין די שפיץ שעה׳ן, 10 באנען א שעה אין יעדער ריכטונג. אינדערפרי זענען צוויי באנען א שעה קיין אלדגייט האלב-גיך.

פיקאדילי ליניע רעדאַקטירן

א גאנצן טאג, 3 באנען א שעה קיין קאקפאסטערס, 3 באנען א שעה קיין אקסברידזש.

אין די שפיץ שעה׳ן, 6 באנען א שעה קיין קאקפאסטערס, 6 באנען א שעה קיין אקסברידזש.

גאלעריע רעדאַקטירן

רעפערענצן רעדאַקטירן

וועבלינקען רעדאַקטירן

 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: איסטקאט אונטערגרונט סטאנציע
  פֿריערדיגע סטאנציע      לאנדאנער אונטערגרונט     פֿאלגנדע סטאנציע  
מעטראפאליטאן ליניע
פיקאדילי ליניע
  געוועזענע באדינונגען  
דיסטריקט ליניע
(1910-1933)