אילת פארט געפינט זיך אויפן בארטן פונעם אילת איינגאס אינעם רויטן ים, און איז דער איינציקער ישראל פארט אויפן רויטן ים. דער פארט האט געעפנט אין 1957, און דינט ווי דער דרום טויער פון מדינת ישראל צו די לענדער פונעם ווײַטן מזרח, אקעאניע, מזרח און דרום אפריקע און אינדיע. דורך אילת פארט קען ישראלדיקע שיפן פארן אין די לענדער אן אדורכצופארן דעם סועץ קאנאל.

אילת פארט
www.eilatport.co.il
אילת פארט
דעם 26סטן יוני 1950, דער צאל אפיציר גבריאל אורן שרייבט אונטער די דאקומענטן פון דער שיף Luce, די ערשטע וואס האט פאראנקערט אין אילת פארט.
אנלאדן פאספאטן אויף א מאסן פראכטער אין אילת פארט

די מערסטע טעטיקייטן פונעם פארט זענען פארבונדן מיטן אימפארט פון אויטאס פונעם ווײַטן מזרח און מיטן עקספארטו פון די ישראל כעמיקאלן אונטערנעמונגען.


וועבלינקען רעדאַקטירן

 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: אילת פארט