אויפרוף אדער אויפרופן אדער באווארפן איז די עליה צו דער תורה וואס מען רופט אויף א חתן דעם שבת פאר דער חתונה (געווענליך). אפטמאל גיט מען אים מפטיר.

דעם שבת פונעם אויפרוף ווערט גערופן דער אויפרוף שבת אדער שבת באווארפן.

נאך דעם חתן'ס עליה זינגט מען דעם פייט וואס הייבט אן מיט "אחד יחיד ומיוחד" און בשעת דעם זינגען איז דער מנהג אז די ווייבער באווארפן דעם חתן מיט פעקלעך פון ראזשינקעס, מאנדלען און צוקערלעך, כדי אז דאס לעבן פון דעם נייעם צוקונפטיגן פארפאלק וואס וועט באלד שטיין אונטער דער חופה, זאל זיין זיס.

עס ווערט גערופן באווארפן ווייל די פרויען באווארפן אים מיט פעקלעך.