גראבמאשין

שווערע מאשין
(אַריבערגעפֿירט פון אויסגראבער)

א גראָבמאַשין, באַגער אדער עקסקאַוואַטאָר (ענגליש: excavator) איז א סארט שווערע מאשין. גראבמאשינען ווערן באנוצט אין גראָבן אין דער באדן אדער צו באַוועגן גרויסע אָביעקטן. די באַזע פון דער מאשין האט געוויינטלעך צוויי קייטן פאר באַוועגונג. איבער די קייטן איז א פלאטפֿארמע וואס דרייט זיך אום 180° אדער 360° גראַד. דער אפעראטאר זיצט אין א קאבינע און קאנטראלירט דעם גראבמאשין. איין קאנטראל סיסטעם באוועגט די מאשין הין און צוריק, און די אנדערע אַקטיוויזירט דעם אָרעם און די לאָפּעטע.

א קאַטערפּילער גראָבמאַשין

גראבמאשינען זענען פאראן אין פארשידענע גרייסן לויט דעם סארט ארבעט וואס זיי פֿירן אויס. טייל גראבמאשינען ניצן קאַבעלן, און טייל האבן רעדער אנשטאט קייטן.

וועבלינקען רעדאַקטירן

 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: גראבמאשינען