אברהם יהושע העשל (טארניפאל)

רבי אברהם יהושע העשל הי"ד (ה'תרנ"ב - ד' ניסן ה'תש"ג), פון טארניפאל.

אפשטאם רעדאַקטירן

רבי אברהם יהושע איז געבוירן אין יאר ה'תרנ"ב, צו זיין פאטער הרב ישראל שלום יוסף העשל פון מעזשביזש א זון פון הרב אברהם יהושע העשל פון מעזשביזש, א זון פון הרב משולם זוסיא העשל פון זשינקאוו, א זון פון הרב יצחק מאיר העשל, פון זשינקאוו, א זון פון הרב אברהם יהושע העשיל, רב אין אפטא, "דער אוהב ישראל". און צו זיין מוטער מרת בת שבע טרינא הי"ד א טאכטער פון הרב יעקב שמשון חאדאראוו, רב אין באהופולי.

רבנות רעדאַקטירן

נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר ה'תרע"א איז רבי אברהם יהושע געווארן דער ממלא מקום פון פאטער, און איז געווען רבי אין מעזשביזש, אין יאר ה'תרפ"ה אז ער אנטלאפן קיין גאליציע און ער האט זיך באזעצט אין טארניפאל, ער איז דארט געווארן באקאנט איבער קלוגשאפט און גרויסקיייט אין לערנען.

הסתלקות רעדאַקטירן

רבי אברהם יהושע איז אומגעקומען אויף קידוש השם ד' ניסן ה'תש"ג, אין פיעטריקאוו נעבען טארניפאל, צוזאמען מיט זיין ווייב און טאכטער הי"ד.

פאמיליע רעדאַקטירן

רבי אברהם יהושע האט געהייראט אדר ה'תרע"ב מרת מרים א טאכטער פון זיין פעטער הרב יצחק מאיר העשל פון קאפיטשניץ. זייער טאכטער:

  • מרת ברכה דינה.

זעט אויך רעדאַקטירן

רעפערענצן רעדאַקטירן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר