אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "נתן מברסלב"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 5:
 
== ר' נתן דער תלמיד==
ר' נחמן מברסלב האט פארמאגט אסאך תלמידים, ער זעלבסט האט אמאל געזאגט אז ער האט "ששים גבורים" זעכציג שטארקע לייט וואס דינען [[גאט|השי"ת]] מיט שטארקייט, אבער דאס מערסטע וואס עס איז געבליבן פון איהם איז דורך זיין תלמיד ר' נתן. ר' נחמן האט איהם געהאלטן פאר זייער חשוב, ער האט געשריבן אלע ספרים פון רבי נחמן מברסלב, ער איז דער שרייבער און דרוקער פון ביידע חלקים פון [[ליקוטי מוהר"ן]], [[שיחות הר"ן]], [[חיי מוהר"ן]] [[סיפורי מעשיות]] א.א.וו..
 
ר' נתן איז געווען דער ריכטיגע דולה ומשקה פון זיין רבין פאר אנדערע, אויפן באפעל פון זיין רבין האט ער גערעדט זייער אסאך צו מענטשן זיי דערנענטערן צו השי"ת און צו דעם דרך החסידות פון ר' נחמן. אין ברסלבער ספרים ווערט געברעגט אסאך מאל ווי ר' נחמן האט זיך אויסגעדריקט "פון מיר ווייסן נאר נתן, און נפתלי אביסל", פון גאנץ אנהייב האט ר' נחמן דערנענטערט צו זיך זיין תלמיד ר' נתן, נאך פאר ער איז געקומען צו איהם האט ער געזאגט פאר זיינע חסידים: איך זעה א נשמה אויף דער אוקריינע. ער האט אויך געזאגט אז דורך די נשמה וועט מען קענען פארשטיין אלע [[סודות התורה]] אפילו [[כתבי אר"י]], דורך זיין וועג. ר' נחמן האט אויסגעלערנט זיין תלמיד פונקטליך ווי אזוי צו שרייבן זיינע תורות.