אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אקדמות"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ רובוט
אין תקציר עריכה
שורה 1:
==וואס איז דאס==
''' אקדמות''' איז א פיוט וואס אידן ליינען [[שבועות]] פאר [[קריאת התורה]]. עס איז אויף [[אראמיש]] די גרויסע לויב פון הקב"ה, די [[אידן]] און די [[תורה]]. און וויאזוי די מלאכים זענען אונז מקנא פאר די גרויסע זכות פון האבן די תורה.
דער שיר איז געשריבן מיט א שטארקן סדר, עס האט 90 [[חרוזים]] עס פארטיגט זיך יעדע ליין מיט די אויתיות "תא". די ערשטע העלף פון דעם שיר איז אויף סדר [[א"ב]], און דער צווייטער איז אויפן נאמן פון פון מחבר לויט די אותיות "מאיר ב"ר יצחק יגדל בתורה ובמעשים טובים אמן וחזק ואמיץ"
 
==וואס ווערט ארויסגעברנגט אין דעם שיר--
איר מחבר איז ר' מאיר בעל האקדמות פון ווערמייזא פון די 11 יארהונדערט, וואס ער איז אויך געווען די רבי פון רש"י וואס האט אויך געוואוינט אין ווערמייזא.
דער שיר איז געשריבן מיט גרויס חשק און [[גיגועים]] עס ברענגט ארויס די ליבשאפט און דאס אנגעבונדעט קיין וואס השי"ת האט מען כלל ישראל
 
 
די ערשטער חלק פון דעם שיר פארציילט די גרויסע לויב פון הקב"ה, וויאזוי גאט האט באשאפען די וועלט, און די מלאכים, ווי אזוי די מלאכים דינען איהם, ווי שטארק השי"ת האט ליב די [[אידן]] און די [[תורה]]. ווי אזוי יודען לויבן און דאנקען השי"ת, וויאזוי די [[מלאכים]] זענען אונז מקנא פאר די גרויסע זכות פון האבן די תורה.
 
דער צווייטער טייל פון דעם שיר ווידמעט אסאך ווי אזוי די פעלקער קוקן אויף אידן מיט גרויסע קנאה, די גוים פארשטייען נישט פארוואס יודען זענען אזוי שטארק [[פרום]], פארוואס זענען זיי אזוי [[עקסטרעם]] ווען עס קומט צו די אמונה אין השי"ת, זיי לאזין זיך פארברענן און פייער און זיך ווארפן אין לייבן גרום אויף [[קידוש השם]], זיי פרויבן אויפווייזן פאר די אידן זיי זאלן נישט זיין אפגעטיילט פון אלע אנדערע גוים און פעלקער, זיין זאגן פארן איד לאמיר זאלן באהעלפטן מיט אייך איהר זאלט זיין אזוי ווי אונז אלע, די פעלקער זאגן צו גרויסע זאכן אויב די אידן וועלן ווערן ווי די גוים, דערויף ברענגט ארויס דעם דער בעל פייטן אז אידן לאכן אפ פון די גוים, זיי ענטפערן צוריק אז די גוים פארשטיין נישט די גוטס וועס עס ווארט אויף [[כלל ישראל]] ווען [[משיח]] וועט קומען.
 
==ווער און ווען האט מען עס מחבר געווען==
 
איר מחבר איז ר' מאיר בעל האקדמות פון ווערמייזא פון די 11 יארהונדערט, וואס ער איז אויך געווען די רבי פון רש"י וואס האט אויך געוואוינט אין ווערמייזא. ר' מאיר שליח ציבור איז אוועק פון דער וועלט פאר שנת [[ד"א תתנ"ו]].
 
עס איז מקובל אז די מעשה האט מיט דעם [[סמבטיון]].
 
==ווען לייענט מען עס==
דער [[מנהג]] ביי די [[אשכנזים]] אז מען לייענט עס אין בית המדרש שבועות ביי [[קריאת התורה]]
דער [[מהרי"ל]] שרייבט אז דער מנהג אין [[מגנצע]] איז געווען אז מען האט עס געליינעט נאך די ברכה, דאס הייסט דער ערשטער וואס האט [[[עולה לתורה]] געווען און האט געמאכט א ברכה אשר בחר בנו, מען האט אנגעהויבן צו לייענן דעם ערשטן פסוק בחודש השלישי און דערנאך האט מען געליינט די אקדמות. אין די פוסקים אין דא א גאנצע [[מערכה]] צו מען זאל טאקע זיך פירן אזוי, וויבאלד דאס הייסט א הפסק צווישן די ברכה און דאס לייענן <ref>זעה אין [[טורי זהב]] חלק [[אורח חיים]] סימן תצ"ד, שו"ת [[שבות יעקב]] און נאך <ref> די רבנים פון שטאט [[ויניציא]] האבן געהאלטן אז מען טאר אזוי נישט טועהן מען דארף ליבערשט לייענט די אקדמות פאר די ברכה, אבער אין [[אשכנז]] און אין [[פולין]] האט מען זיך יא אזוי געפירט. למעשה ביי [[חסידים]] פירט מען זיך מען לייענט עס פאר מען מאכט די ברכה אויף די תורה.
 
==דאס חשיבות פון דעם שיר==
ר' [[נחמן מברסלב]] האט געזאגט זייער גרויס לויב אויף דעם שיר, ער האט אמאל געזאגט מיט נאסטאלאגיע וואס פאר א אוצר אידן פארמאגן "אקדמות מיט ניגון".
 
[[קאטעגאריע:שבועות]]