אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "נתן מברסלב"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 27:
ר' נתן איז געווען דער ריכטיגע דולה ומשקה פון זיין רבין פאר אנדערע, אויפן באפהל פון זיין רבין האט ער גערעדט זייער אסאך צו מענטשן זיי דערנענטערן צו השי"ת און צו דעם דרך החסידות פון ר' נחמן.
 
אין ברסלבער חסידיםספרים ווערט געברעגט אסאך מאל ווי ר' נחמן האט זיך אויסגעדריקט "פון מיר ווייסן נאר נתן און נפתלי אביסל", פון גאנץ אנהייב האט ר' נחמן דערנענטערט צו זיך זיין תלמיד ר' נתן, נאך פאר ער איז געקומען צו איהם האט ער געזאגט פאר זיינע חסידים: איך זעה א נשמה אויף דער אוקריינא. ער האט אויך געזאגט אז דורך די נשמה וועט מען קענען פארשטיין אלע סודות התורה אפילו כתבי אר"י, דורך זיין וועג. ר' נחמן האט אויסגעלערנט זיין תלמיד פונקטליך וויאזוי צו שרייבן זיינע תורות.
 
פאר ר' נתן איז געקומען צו ר' נחמן האבן אנדערע תלמידים געשריבן די תורות, אבער ר' נחמן איז נישט געווען צופרידן פון זייער סטיל, און ווען ר' נתן איז געקומען צו ר' נחמן האט ר' נתן איבערגענומען די שרייב ארבייט, ער האט געשריבן רוב תורות פון ליקוטי מוהר"ן ביידע חלקים, דאס ספר סיפורי מעשיות, חיי מוהר"ן, שיחות הר"ן, שבחי הר"ן, און האט מעתיק געווען דאס ספר המדות. ר' נחמן האט אמאל געזאגט אז מען מוז אנערקענען די גוטס פון ר' נתן ווען נישט ער וואלט נישט געבליבן פון מיר קיין בלעטעל שמות.
די תורות פון ר' נחמן אין ליקוטי מוהר"ן האט ר' נתן געשריבן און מגיה געווען, עס אריין געטראגן צו זיין רבי'ן און זיין רבי האט עס איבערגעקוקט און פאראכטען, און דערנאך איז עס געווען ראוי צום דרוק {{זעה ליקוטי מוהר"ן]].