אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "נתן מברסלב"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 7:
מיט דער צייט האט ער צוגעצויגן צו זיך כמעט אלע קינדער און אייניקלעך פון די תלמידים פון רבי נחמן, און האט אויפגעשטעלט אן אייגענארטיג חסידות, אנדערש ווי אנדערע חסידות פון יענער צייט, ער איז נישט געווארן קיין ממלא מקום פון זיין רבין נאר א ראש החבורה, און ער האט דערמיט באוויזען אז מען קען אנהאלטן א חסידות, זיין צוגעבונדען צום רבין, אפילו דער רבי לעבט שוין נישט.
 
[[קאַטעגאָריע:די גרויסע מחלוקת]]
דער דאזיגער צוגאנג צו חסידות האט געברענגט אויף איהם אסאך התנגדות און מחלוקת, אין די יאהרן פון ה' תקצ"ה – ה' תקצ"ח האט מען איהם גאר שטארק גע'רודפ'ט, דער סאווראנער רבי ר' משה צבי האט אויף איהם געשריבן א חרם, ווי ער שרייבט אז מען טאר נישט שטיין אין די ברסלבער ד' אמות, מען טאר נישט נעמען קיין מלמד פאר די קינדער א ברסלבער, א שוחט פון די ברסלבער איז נישט בארכטיגט צו שחט'ן, ווי מען טרעפט די ברסלבער'ס דארף מען זיך דערווייטערן. דער המון עם האט אנגענומען די ווערטער פונעם סאווראנער און מען האט געטריבן און געיאגט ר' נתן מיט זיינע תלמידים מיט אזוינע רדיפות וואס האט נישט איהר גלייכן אין די היסטאריע פון חסידות הבשיטי"ת.
 
טראץ די גרויסע רדיפות האט ר' נתן אנגעהאלטן זיין וועג, ער האט דאס אויפגעוויזן אין זיינע ספרים וואס ער האט פארפאסט די אכט בענדער ליקוטי הלכות, ווי אויך זיינע בריוון וואס זענען שפעטר צוזאמען גענומען און געדרוקט געווארן מיטן נאמען עלים לתרופה, ער איז נפטר געווארן אין שנת ה'תר"ה.
 
[[קאַטעגאָריע:רשימה פון זיינע תלמידים]]
אייניגע תלמידים פון ר' נתן 1) זיין משמש און גבאי ר' נחמן מטולטשין. 2) ר' אפרים ב"ר נפתלי. 3) ר' נחמן דער רב אין טשעהרין. 4-5) די שותפים ר' אבא'לע און ר' אברהם בערנ'יו א אייניקעל פון רבי נחמן (ביידע זענען געווען גאר גרויסע עשירים אין אוקריינא). 6) ר' יצחק פון לאידיזין. 7) ר' יעקב פון טולטשין איידעם פון ר' משה חיים דער רב פון טולטשין. 8) זיין שוועסטער קינד ר' יצחק אייזיק. 9-10) ר' יצחק אייזיק יוסף מיט זיין זיהן ר' פנחס יהושע. 11-12) ר' לייבעל'ע חתן ר' ראובן מיט זיין זוהן ר' נתן. 13 - 14) ר' עוזר פון אומאן מיט זיין זוהן ר' נחמן. 16-15) ר' משה מיט זיין ברודער ר' אברהם חיים פון אומאן. 17-18) ר' משה און זיין ברודער ר' זיינוויל פון ברסלב.
 
אויך זייער אסאך תלמידים פון רבי נחמן מברסלב זענען געווען צוגעבונדען צו ר' נתן און איהם געהאלפן פארשפרייטן דאס ברסלעבער חסידות.
 
[[קאַטעגאָריע:א רשימה פון זיינע קינדער און אייניקלאך]]
זיינע קינדער. 1) ר' שכנא. 2) ר' יצחק. 3) ר' דוד צבי. 4) ר' נחמן. 5) ר' יוסף יונה. 6) זיין טאכטער חנה צירל. איהר מאן איז געווען קודם ר' נחמן ב"ר הגאון ר' אהרן דער רב פון ברסלב, דערנאך האט זיך חתונה געהאט מיט ר' ברוך.
 
כמעט אלע זיינע קינדער און אייניקלעך זענען געווען ברסלבער חסידים און אסאך פון זיי האבן אנגעפירט דאס חסידות. דאס מערסטע באקאנט איז ר' מיכל דער זוהן פון ר' יצחק. אויך זיין איהר אייניקעל ר' אברהם שטערינהארץ איז געווען פון די גרויסע ברסלבע חסידים אין אומאן און דערנאך אין ארץ ישראל.
 
[[קאַטעגאָריע:ר' נתן דער תלמיד:]]
ר' נחמן מברסלב האט פארמאגט אסאך תלמידים, ער זעלבסט האט אמאל געזאגט אז ער האט "ששים גבורים" זעכציג שטארקע לייט וואס דינען השי"ת מיט שטארקייט, אבער דאס מערסטע וואס עס איז געבליבן פון איהם איז דורך זיין תלמיד ר' נתן.
ר' נתן איז געווען דער ריכטיגע דולה ומשקה פון זיין רבין פאר אנדערע, אויפן באפהל פון זיין רבין האט ער גערעדט זייער אסאך צו מענטשן זיי דערנענטערן צו השי"ת און צו דעם דרך החסידות פון ר' נחמן.