אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "נתן מברסלב"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1:
{{אינטערשפראך}}
רבי '''נתן מברסלב''' איז א תלמיד פון רבי [[נחמן מברסלב]]. ער איז געבוירן געווארן שנת [[ה'תק"מ]], ער איז געווען א איידעם ביי דעם גאון רבי דוד צבי מנעמרוב, מיט דער צייט איז ער צוגעצויגן געווארן צו [[חסידות]], ער איז געפארן צו רבי [[לוי יצחק פון בארדיטשוב]], רבי [[זושא פון האניפאלי]], רבי [[שלום שכנא]], רבי [[גדליה מליניץ]]. ביי די 22 יאהר איז ער געווארן א [[ברסלב]]ער חסיד, רבי נחמן האט איהם געהאלטן פאר זייער חשוב, ער האט געשריבן אלע ספרים פון רבי נחמן מברסלב, ער איז דער שרייבער און דרוקער פון ביידע חלקים פון [[ליקוטי מוהר"ן]], [[שיחות הר"ן]], [[חיי מוהר"ן]] [[סיפורי מעשיות]] א.א.וו. ער האט פארפאסט זיין ספר [[ליקוטי הלכות]] אכט בענדער וואס איז מבאר די מאמרים פון רבי נחמן.
 
[[קאַטעגאָריע:ברסלב]]
שורה 7:
מיט דער צייט האט ער צוגעצויגן צו זיך כמעט אלע קינדער און אייניקלעך פון די תלמידים פון רבי נחמן, און האט אויפגעשטעלט אן אייגענארטיג חסידות, אנדערש ווי אנדערע חסידות פון יענער צייט, ער איז נישט געווארן קיין ממלא מקום פון זיין רבין נאר א ראש החבורה, און ער האט דערמיט באוויזען אז מען קען אנהאלטן א חסידות, זיין צוגעבונדען צום רבין, אפילו דער רבי לעבט שוין נישט.
 
דער דאזיגער צוגאנג צו חסידות האט געברענגט אויף איהם אסאך התנגדות און מחלוקת, אין די יאהרן פון ה' תקצ"ה – ה' תקצ"ח האט מען איהם גאר שטארק גע'רודפ'ט, דער סאווראנער רבי ר' משה צבי האט אויף איהם געשריבן א חרם, ווי ער שרייבט אז מען טאר נישט שטיין אין די ברסלבער ד' אמות, מען טאר נישט נעמען קיין מלמד פאר די קינדער א ברסלבער, א שוחט פון די ברסלבער איז נישט בארכטיגט צו שחט'ן, ווי מען טרעפט די ברסלבער'ס דארף מען זיך דערווייטערן. דער המון עם האט אנגענומען די ווערטער פונעם סאווראנער און מען האט געטריבן און געיאגט ר' נתן מיט זיינע תלמידים מיט אזוינע רדיפות וואס האט נישט איהר גלייכן אין די היסטאריע פון חסידות הבשיטי"ת.
 
טראץ די גרויסע רדיפות האט ר' נתן אנגעהאלטן זיין וועג, ער האט דאס אויפגעוויזן אין זיינע ספרים וואס ער האט פארפאסט די אכט בענדער ליקוטי הלכות, ווי אויך זיינע בריוון וואס זענען שפטעטר צוזאמען גענומען און געדרוקט געווארן מיטן נאמען עלים לתרופה, ער איז נפטר געווארן אין שנת ה'תר"ה.