אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "נתן מברסלב"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 4:
[[קאַטעגאָריע:ברסלב]]
נאך די פטירה פון זיין רבין האט ער איבערגענומען די הנהגה פון די ברסלבער חסידים, ער האט געדריקט רבי נחמן ספרים, און האט אויפגעשטעלט צוויי בתי מדרשים און ברסלב און אין אומאן, ווי אויך האט ער געמאכט צענדליגער און הונדערטער ברסלבער חסידים.
מיט דער צייט האט ער צוגעצויגן צו זיך כמעט אלע קינדער און אייניקלעך פון די תלמידים פון רבי נחמן, און האט אויפגעשטעלט אן אייגענארטיג חסידות, אנדערש ווי אנדערע חסידות פון יענער צייט, ער איז נישט געווארן קיין ממלא מקום פון זיין רבין נאר א ראש החבורה, און ער האט דערמיט באוויזען אז מען קען אנהאלטן א חסידות, זיין צוגעבונדען צום רבין, אפילו דער רבי לעבט שוין נישט.
דער דאזיגער צוגאנג צו חסידות האט געברענגט אויף איהם אסאך התנגדות און מחלוקת, אין די יאהרן פון ה' תקצ"ה – ה' תקצ"ח האט מען איהם גאר שטארק גרודפ'ט, דער סאווראנער רבי ר משה צבי האט אויף איהם געשריבן א חרם, ווי ער שרייבט אז מען טאר נישט שטיין אין די ברסלבער ד' אמות, מען טאר נישט נעמען קייל מלמד פאר די קינדער א ברסלבער, ווי מען טרעפט זיין דארף מען זיי דערוויטערן. דער המון עם האט אנגענומען די ווערטער פונעם סאווראנער און מען האט געטריכבן און געיאגט ר' נתן מיט זיינע תלמידים מיט אזוינע רדיפות וואס האט נישט איהר גלייכן אין די היסטאריע פון חסידות הבשיטי"ת.