אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אלימלך פון ליזשענסק"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
this article is copyright from http://www.yiddishworld.com/wiki/index.php?title=%D7%A0%D7%95%D7%A2%D7%9D_%D7%90%D7%9C%D7%99%D7%9E%D7%9C%D7%9A
ביטול גרסה 90189 של יעקלראציגער (שיחה)
שורה 10:
=== זיין גרויסקייט ===
דער בעל חסד לאברהם א זיידע פון [[חיד"א]], איז געקומען אין חלום צום רבין אלימלך און געפרעגט: בערך בזה"ל: איך האב געמאכט 10 ספרים, וואס מ'פלאגט זיך צדיקים בעוה"ז, און צדיקים בגן עדן זיי צופארשטיין, און דא פלוצלונג ווערט ער געוואר, אז ווען רבי ר' אלימלך זאגט יהא שמיה רבה, קערט זיך איבער די גן עדן מיט אלע עולמות עליונים, און עס קומט אראפ השפעות אויף די וועלט, און אויף אלע קומענדיגע דורות, לויט די רצון פון רבי ר' אלימלך, האט ער געפרעגט: במה כוחך גדול, פון וואס נעמט זיך דיין גרויסן כח.
==נועם אלימלך==
'''נועם אלימלך''' - איז פון די בארימטסטע [[חסיד]]'ישע [[ספרים]]. עס איז צוזאמגעקליבן פון די [[דברי תורה]] וואס דער הייליגער [[רבי ר' אלימלך]] פון [[ליזענסק]] האט געזאגט [[שבת]] ביים טיש. זיין זון הרה"ק [[ר' אלעזר]] פון [[ליזענסק]] האט אפגעשריבן די תורות יעדן זונטאג אינדערפרי אנעם וויסן פון זיין הייליגן טאטן, ווען ער האט שפעטער געוויזן די דברי תורה פאר זיין טאטן האט דער [[רבי ר' אלימלך]] נישט געוואלט גלייבן אז ער איז געווען דער וואס האט געזאגט אזוינע הויכע בחינות, ער איז געווען זיכער אז נאר [[מלאכים]] און [[שרפים]] האבן געקענט זאגן אזוינס.
 
==דער ערשטער דרוק==
צוליב אומבאקאנטע אורזאכן האט דער [[רבי ר' אלימלך]] בשום אופן נישט צוגעשטימט אז מען זאל דרוקן דעם ספר ווילאנג ער לעבט. דער הייליגער ספר איז צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן אין לעמבערג אין יאר [[תקמ"ח]], דריי יאר נאך דער [[הסתלקות]] פון [[רבי ר' אלימלך]]. עס איז מקובל אז די דאזיגע אויפלאגע איז געדרוקט געווארן דורך רבי אלעזר מיט אויסטערלישער קדושה און טיפע כוונות. די שטערנדלעך וועלכע געפינען זיך אין כמעט יעדן שטיקל ווערן דורך מאנכע צוגעשריבן אז דאס דארף אנווייזן אויף די ערטער וואו דער רבי ר' אלימלך האט געהאט [[גילוי אליהו]] אדער [[עליית נשמה]].
 
ביי חסידים האט א ספר פון די דאזיגע אויפלאגע געטראגן אן אומגעהויערן חשיבות. נאך היינט צו טאג איז אן ארגינעלער באנד פונעם לעמבערגער דרוק אין יאר [[תקמ"ח]] ווערט צענדליגער טויזנטער דאלארן. עס איז אן אלטער מנהג צו לייגן אונטערן קישן פון א יולדת דעם ספר נועם אלימלך פון ערשטן דרוק אז עס זאל איר שיצן פון אלעם בייזן.
 
==דער ספר ביי די גדולי ישראל==
דער ספר איז געווען אויסטערליש הייליג ביי די טויזנטער תלמידים און תלמידי תלמידים פון הייליגן רבי ר' אלימלך. ביי גאר פיל חסידים ואנשי מעשה גייט נישט אדורך א שבת'דיגער טיש אן וואס מען זאל פארלערנען א שטיקל תורה פון דעם הייליגן ספר '''נועם אלימלך'''. אנדערע פירן זיך אריינצושרייבן דער געבורט צייט פון יעדן קינד אויפן [[שער בלאט]] פון דעם הייליגן ספר.
 
* דער וועלט בארימטער חסיד'ישער גאון, דער גרינדער פון די "[[חב"ד]]" באוועגונג דער הייליגער [[בעל התניא]], האט זיך אויסגעדרוקט אז ער רופט אן זיין ספר - דעם [[ליקוטי אמרים]] אדער [[תניא]] ווי דער המון רופט אים - אלס "ספרן של בינונים", דען ער באטראכט דעם ספר נועם אלימלך אלס דער ספר פון די [[צדיקים]] גמורים!
* דער הייליגער [[רבי ר' מענדעלע פון רימאנאוו]] זי"ע, פון די פיר גרעסטע תלמידים פון רבי'ן ר' אלימלך, האט געזאגט אז נאר ערב שבת נאך די מקוה קען ער פארשטיין עטוואס פון די הייליגע ווערטער.
* דער הייליגער [[קאזשניצער מגיד]] האט נישט אריינגעטרעטן אינעם שבת קודש נאר נאך לערנען א שטיקל אין נועם אלימלך.
* עס ווערט דערציילט אז הרה"ק גאב"ד צעלים זי"ע דער [[ערוגת הבושם]] האט געהערט פון א פוילישן דורכגייער, א גרויסער תלמיד חכם, וועלכער האט שטארק אויסגעלויבט דעם ספר, און דאס האט אריינגעברענגט אינעם [[ערוגת הבושם]] א שטארקע גלוסט צו קענען דעם ספר. ווען ער האט באקומען דעם ספר האט ער זיך געזעצט לערנען דערין, אבער ער האט נישט געשפירט קיין שום ספעציעלן געשמאק אין די ווערטער. דאס האט אים שטארק געעגבערט, דען ער האט דאך געהערט ווי יענער תלמיד חכם האט אזוי שטארק אויסגערימט דעם ספר, האט ער זיך געשטעלט אין ווינקל און הייס מתפלל געווען מיט זודיגע טרערן פאר השי"ת אז ער זאל אים באלייכטן די אויגן. באלד דערנאך האט ער זיך ווידער געזעצט לערנען דערין און ער האט טאקע געזען אין דעם ספר וואונדערליכע זאכן געשמאק און זיס אין די תורה הק'.
:ווען ער האט איבערגעזאגט דעם געשמאקן ווארט פאר א למדן אין ביהמ"ד האט יענער בכלל נישט געכאפט קיין התפעלות פון דעם ווארט. צוערשט האט זיך דער [[ערוגת הבושם]] געוואונדערט ווי קען זיין אז יענער שפירט נישט דעם זיסן טעם אין דעם געוואלדיגן ווארט, ביז ער האט זיך געכאפט אז ער זעלבסט האט דאך אויך אין אנהייב נישט דערגרונטעוועט די טיפע כוונה פון הייליגן רבי'ן ר' אלימלך...
 
 
עס איז אנגענומען ביי חסידים אז די ווערטער פונעם נועם אלימלך זענען צו שווער צו פארשטיין פאר פשוט'ע אידן, די גרעסטע חסיד'ישע רביים האבן זיך געמוטשעט צו פארשטיין די טיפע כוונות פון די הייליגע ווערטער, טראץ דעם זענען רוב שטיקלעך אינעם ספר יא פארשטענדליך אין פשוט'ן זין, און יעדער איד לויט זיין שטאפל געפינט דערין א געשמאק.
 
 
[[קאַטעגאָריע:אדמורי"ם|ליזשענסק]]
שורה 16 ⟵ 36:
 
[[en:Elimelech of Lizhensk]]
[[et:Elimelekh Liženskist]]
[[he:אלימלך ליפמן מליז'נסק]]
[[et:Elimelekh Liženskist]]
[[pl:Elimelech z Leżajska]]
[[ru:Элимелех из Лежайска]]