אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "גאון"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
דער ארטיקל קומט פון דער אידישער וועלט, מען דארף זיי פרעגן רשות
איך האב דאס משנה געווען
שורה 1:
'''גאון''' מיינט געווענליך אויף א [[זשעני]], די ווארט גָאוֹן אינעם טריקענעם אפטייטש מיינט "שטאלצע עהרע", אזוי ווי "גאון ועוז".
 
אינעם אידישען לעקסיקאן איז עס א טיטול פאר תלמידי חכמים, לויט מאנכע האט מען אויסגעקליבן דעם ווארט וויבאלד ער איז ב[[גימטריא]] "זעכציג", וואס דארף סימבאליזירן די זעכציג [[מסכתות]] אין [[ש"ס]].
 
==תקופת הגאונים==
דער ווארט גאון קען מיינען איינע פון די מנהיגי ישראל און די [[תקופת הגאונים]], פאר דעם [[ראש ישיבה]] פון [[סורא]] און/אדער [[פומבדיתא]], וואו עס איז אין יענער [[תקופה]] געווען די הויפט תורה צענטערן אין דער אידישער וועלט, און וועמענ'ס ראש ישיבה איז דערפאר אנערקענט געווארן אלס דער הויפט תורה אויטאריטעט נישט בלויז אין זייער לאנד נאר איבעראל וואו עס האט זיך געפינען א איד. מיט דער צייט איז דער טיטל פארשוואונדן געווארן - [[רב האי גאון]] איז געווען דער לעצטער צו טראגן דעם טיטל - און ווען די צוויי ישיבות האבן זיך פארשפארט האט זיך אויפגעהערט דאס קרוינען עמיצן אפיציעל מיט דעם טיטל, און עס האט זיך אנגעהויבן די תקופה פון די [[ראשונים]], אנגעהויבן מיט די [[ארבעת השבויים]], דאן [[רבינו גרשום מאור הגולה]], דערנאך [[רש"י]] און זיינע תלמידים די [[בעלי התוספות]], און די איבריגע ראשונים.
 
==מתנגדישע טיטול==
און די צייטן פון קעגנשאפט פון חסידות פלעגט מען אנגרעפון די גרויסע מתנגדים, 'גאונים', צום ביישפיל '[[דער ווילנער גאון]]'. ווייל בימים ההם האבן אסאך מתנגדים געגלייבט אז די [[חסידים]] זענען [[עמי הארצים]].
 
==היינט צוטאגס==
 
היינט צוטאגס ווערט הגאון באניצט צו בא[[טיטול]] סיי ווער וואס צייכענט זיך אויס מיט זייער בקיאות און חריפות אין די [[תורה]] הקדושה, אפגעזעהן צו זענען חסידים אדער מתנגדים.
 
==אינעם מאדערענעם עברית==
אין עברית מיינט די ווארט 'גאון' א [[גיניאלער]] מענטש, וואס אויף ענגליש רופט מען א ''דשיניעס'', צום ביישפיל [[אלבערט איינשטיין]] איז באטיטולט אין [[עברית]] א גאון, כאטשיג עס קלינגט זייער ענליך איז עס אין גאנצן אן אנדערע באגריף ווי די וואס די פרומע אידן ניצן די ווארט גאון, איבערהויפט איז עס זייער ווייט פון די טריקענע אפטייטש וואס מיינט ''שטאלץ''. ווארשיינליך האבן זיי געמאכט א [[מישמאש]] דערפון וויבאלד ביידע האבן א ג' מיט א נ', און די אפטייטש קלינגט די זעלבע.
 
[[he:גאון]]
[[en:Genius]]
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/גאון"