אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "נדה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אויסגעמעקט די גאנצע אינהאַלט
מ אויפֿגעריכט פון באַנוצער חאצקעל צוריק צום לעצטע ווערסיע פון באַנוצער יודל
שורה 1:
{{שמוץ}}
<small>מיינט איר [[מסכת נדה]]?</small>
 
'''נדה''' איז די [[מאנאט|מאנאטליכע]] צייט וואס עס רינט בלוט פון א [[פרוי]].
 
די בלוט רינט צוליב די נאטורליכע טוישינגען וואס געשעהען אין די ריפראדאקציע סיסטעם פין א [[נקבה]].
 
==איבערזיכט==
דורכאויס א נארמאלע [[מאנאט]] פון א [[פרוי]] בויעט איר קעפער אויף א הויכע מאס אסטרעג'ין (א הארמאן) וואס בויעט אויף א דיקע שיכט אויף די רחם פון די פרוי.
 
ווען די אסטראג'ין איז ביי די העכסטע מאס, דאן פרודאצירט די קערפער עסטראדיאל (אן אנדער הארמאן) און גלייך נאכדעם טוען די אוועריס (דאס איז די זעלבע ווי די אייער ביי א [[מאן]]) פרודאצירען די [[איי|אייער]].
 
די אייער פאלט דערנאך אריין אין די רחם פון די פרוי, גלייך אין די זעלבע צייט ווערט די שיכט אין די רחם זייער גוט אויפגעבויעט אויף אריינפלאנצען אין זיך די אייער אויב די אייער ווערט איינגעפלאנצט דורך א [[זכר|זכרס]] [[זרע]]. אזוי אז אויב די פרוי ווערט [[שוואַנגער|שוואנגערדיג]] זאל עס קענען געהעריג וואקסן צו א געזונט [[קינד]].
 
אויב שוואנגערט זי נישט דאן ווארפט די רחם ארויס די שיכט, און דאס איז וואס מיר זעהען אלס בלוט. און דאן הייסט די פרוי א '''נדה'''.
 
דאס אלעס ווערט קאנטראלירט דורך הארמאנען אין די סיסטעם פון די [[פרוי|פרויס]] קערפער.
 
די דורכשניטליכע צייט וואס דאס אלס נעמט פאר א פרוי איז בערך 28 טעג און מעהר.
 
מען קען צוטיילען די פרויס נאטורליכע מאנאט אין 4 טיילן:
#בלוטען
#די אויפבוי פון די אייער
#אוויולעשאן
#די אויפבוי פון די רחם
 
===בלוטען===
דאס איז ווען עס פאנגט אהן בלוטען פון די פרוי, און געשעהט צוליב דעם וואס די רחם ווארפט ארויס די שיכט פון זיך, אריינגעמישט אין די בלוט איז אסאך מאהל אויך דא טיילען פון די פרויס קערפער אויסגעמישט, עס קוקט אויס ווי דיקע שטיקער. דאס האלט פאר 3 ביז 5 טעג, אבער קען נעמען פון 2 ביז 7 טעג.
 
===די אויפבוי פון די אייער===
דערנאך קומט ווען די אויוועריס גרייטען אהן די [[איי|אייער]] פאר די גוף, דאס געשעהט דורך קאמפליצירטע הארמאנען וואס געפינען זיך און זענען אקטיוו אין א פרויס קערפער. דורך די צייט ווערט אויך אנגעגרייט דורך די קערפער די הארמאנען וואס בויען אויף די שיכט אין די רחם.
 
===[[אוויולעשאן]]===
בערך צו די 12טע טאג פאלט איין איי ארויס פון איינע פון די אוועריס, וועלכע פון די אוועריס דאס איז אזאך וואס איז נישט באקאנט, וויבאלד עס איז אהן קיין [[סדר]]. די איי פאלט אריין אין די פילויפיאן טובס. און ווארט דארט צו ווערן פערטילייזד דורך די [[זרע]] פון א [[מאן]]. דאס איז אזוי פאר בערך 48 [[שטונדע]].
א שליימיגע געפליסעכטץ ווערט דאן באמערקט אין די סערוויקס פון א פרוי, דאס איז דארט כדי צו אויפנעמען די זרע.
 
פאר אסאך פרויען איז דא א קליינע ווייטאג ווען אוויולעשאן געשעהט, דאס ווערט אנגערופען אין דייטש ''מיטעלשמערץ'' און האלט אהן פאר בערך 7 שטונדע.
 
===די אויפבוי פון די רחם===
די קערפער פון די פרוי וועט פאר די קומענדיגע 2 וואכן פראדוצירען הארמאנען וואס וועלן אויפבויען א שיכט אין די רחם פון די פרוי כדי אנצוגרייטען פאר די מעגליכע פארטילייזד אייער ווי ס'זאל זיך איינפלאנצען.
די איי נעמט בערך 6 ביז 12 טעג זיך איינפלאנצען אין די רחם. און אויב ס'איז פערטילייזד וועט דאס לאזן וויסען פאר די קערפער דורך די הארמאנען. און דאן וועט די קערפער אויפבויען די איי אין די רחם.
אויב ס'איז נישט פערטילייזד דאן ווארפט דאס די קערפער ארויס צוזאמען מיט די שיכט וואס האט זיך אויפגעבויעט.
 
===די ווייען===
דורך די צייט פון די בלוטען קען די פרוי שפירען ווייטאגען אין איר [[בויך]].
 
==נדה אין [[הלכה]]==
דורך אויס די צייט פון ווען די [[פרוי]] הויבט אהן צו זעהן בלוט ווערט זי אנגערופען א נדה און זי איז [[טמא]] פאר [[קדשים]] און [[איסור|אסור]] פאר איר [[מאן]]. דאס איז אלס ביז ווען זי גייט אין [[מקוה]]. זי מעג אבער נישט גיין אין מקוה גלייך זי דארף ערשט צו ווארטן אז די טעג פון נדה זאל אריבער גיין (לייען ווייטער וועגן דעם).
 
===ווי אזוי ווערט מען א נדה?===
א פרוי ווערט א נדה ווען א פרוי זעהט [[בלוט]] וואס קומט פון איר רחם ווייל זי האט איר מאנאטליכע סדר, אדער ווייל זי פלעקט פון איר רחם, אדער פאר אנדערע סיבות. אויב קומט סתם בלוט נישט ווען עס איז איר צייט הייסט זי אויך א נדה אויב עס קוקט אויס אז עס קומט פון רחם און נישט פון ערגעץ אנדערש, אויב למשל האט זי א שניט אויף איר [[פינגער]] און זי טרעפט בלוט און זי ווייסט נישט אז עס איז פון איר רחם מוז נישט זיין אז זי זאל זיין א נדה, און דארף אויסגעפונען דורך פרעגן א [[רב]] אדער [[דיין]].
 
===זיך רייניגען===
א פרוי קען זיך רייניגען דורך דעם וואס זי ווארט 11 טעג לויט די [[ספרדי|ספרדים]] און 12 לויט [[אשכנזי|אשכנזים]], און גייט דאן אין א [[מקוה]].
 
====ווי אזוי מען רייניגט זיך====
די ערשטע 5 טעג דארף זי ווארטן אפילו אויב סרינט שוין נישט קיין בלוט. דערנאך דארף אדורך גיין 7 גאנצע טעג וואס זי איז ריין אנע טראף בלוט.
 
די טאג וואס זי זעהט בלוט ווערט גערעכנט פאר די ערשטע טאג. זי ציילט פון דאן די 5 טעג, פארנאכטס פאר די 6טע טאג קוקט זי זיך דורך אויב זי האט בלוט אדער נישט, אויב נישט דאן פאנגט זי אהן ציילען 7 טעג.
 
פאר די 5 טעג ענדיגען זיך וואשט זי זיך גוט ארום ארויס צו נעמען אלע בלוט וואס איז איבערגעבליבען, דערנאך (בערך א האלבע שעה נאכדעם) קוקט זי זיך דורך מיט א שמאטע.
 
דורך יעדע איינע פון די 7 טעג קוקט זי זיך דורך נאכאמאל 2 מאהל יעדען טאג, איינמאל אינדערפרי און איינמאל ביי דערנאכט. דאס הייסט די ''שבעה נקיים'' 7 ריינע טעג.
 
א טאג און א נאכט פאר די אלע זאכן ווערט גערעכנט פון זון אינטערגאנג ביז זון אויפגאנג פאר נאכט, און פון זון אויפגאנג ביז זון אונטערגאנג פאר טאג.
 
א גאנצע טאג איז איינס וואס האט אין זיך א נאכט מיט א טאג און די נאכט פאר די טאג.
 
====זיך דורכקוקען מיט א שמאטע====
אין די אלע צייטען וואס א פרוי דארף זיך דורכקוקען פאר בלוט (דאס הייסט זי דארף מאכן א ''בדיקה''), טוט זי דאס דורך נעמען א קליינע ווייסע שמאטע פון בערך 3 פינגער אויף 3 פינגער, זי דרייט די שמאטע ארום איר ערשטע [[פינגער]] און שטיפט דאס אריין אין איהר צו דאן דרייט זי דאס ארום זיכער צו מאכן אז די שמאטע רירט אהן די ווענט פון אינעווייניג פון איר קערפער און נעמט דאס ארויס, אויב איז עס נישט ווייס דאן נעמט זי דאס צו א [[רב]] אדער [[דיין]] ער זאל זאגן אויב סאיז בלוט אדער נישט.
 
פאר די נאכט פון די ערשטע פון די 7 טעג קומען ניצט זי א שמאטע וואס זי לאזט אינעווייניג פון זון אינערגאנג ביז ווען נאכט פאלט צו. דאס הייסט א ''הפסק טהרה''.
 
===ווערן ריין===
א פרוי ווערט ריין (''טהור'') דורך דעם וואס זיי טינקט זיך אין א [[מקוה]]. די נאכט צו די 8טע טאג נאך די שבעה נקיים גייט זי אין מקוה, פאר זי גייט אין מקוה מאכט זי זיכער אז זי האט נישט קיין '''חציצה''', חציצה הייסט אז גארנישט טאר נישט זיין אויף איר קערפער אפילו קיין שמוץ אדער לאנגע [[נעגל]]. זי טוט דאס דורך זיך ווייקען אין א [[וואנע]] און שערן די נעגל און איבריגע האר. אויך דארף זי פיצען די [[ציין]], פיצען די [[אויער|אויערן]], און קעמען די [[האר]].
 
 
[[קאַטעגאָריע:מצוות און מנהגים]]
 
[[cs:Niddah]]
[[en:Niddah]]
[[fr:Niddah]]
[[he:נידה]]
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/נדה"