'''נדה''' איז די [[מאנאט|מאנאטליכע]] צייט וואס עס רינט בלוט פון א [[פרוי]].
די בלוט רינט צוליב די נאטורליכע טוישינגען וואס געשעהען אין די ריפראדאקציע סיסטעם פין א [[נקבה]].
==איבערזיכט==
דורכאויס א נארמאלע [[מאנאט]] פון א [[פרוי]] בויעט איר קעפער אויף א הויכע מאס אסטרעג'ין (א הארמאן) וואס בויעט אויף א דיקע שיכט אויף די רחם פון די פרוי.
ווען די אסטראג'ין איז ביי די העכסטע מאס, דאן פרודאצירט די קערפער עסטראדיאל (אן אנדער הארמאן) און גלייך נאכדעם טוען די אוועריס (דאס איז די זעלבע ווי די אייער ביי א [[מאן]]) פרודאצירען די [[איי|אייער]].
די אייער פאלט דערנאך אריין אין די רחם פון די פרוי, גלייך אין די זעלבע צייט ווערט די שיכט אין די רחם זייער גוט אויפגעבויעט אויף אריינפלאנצען אין זיך די אייער אויב די אייער ווערט איינגעפלאנצט דורך א [[זכר|זכרס]] [[זרע]]. אזוי אז אויב די פרוי ווערט [[שוואַנגער|שוואנגערדיג]] זאל עס קענען געהעריג וואקסן צו א געזונט [[קינד]].
אויב שוואנגערט זי נישט דאן ווארפט די רחם ארויס די שיכט, און דאס איז וואס מיר זעהען אלס בלוט. און דאן הייסט די פרוי א '''נדה'''.
דאס אלעס ווערט קאנטראלירט דורך הארמאנען אין די סיסטעם פון די [[פרוי|פרויס]] קערפער.
די דורכשניטליכע צייט וואס דאס אלס נעמט פאר א פרוי איז בערך 28 טעג און מעהר.
מען קען צוטיילען די פרויס נאטורליכע מאנאט אין 4 טיילן:
#בלוטען
#די אויפבוי פון די אייער
#אוויולעשאן
#די אויפבוי פון די רחם
===בלוטען===
דאס איז ווען עס פאנגט אהן בלוטען פון די פרוי, און געשעהט צוליב דעם וואס די רחם ווארפט ארויס די שיכט פון זיך, אריינגעמישט אין די בלוט איז אסאך מאהל אויך דא טיילען פון די פרויס קערפער אויסגעמישט, עס קוקט אויס ווי דיקע שטיקער. דאס האלט פאר 3 ביז 5 טעג, אבער קען נעמען פון 2 ביז 7 טעג.
===די אויפבוי פון די אייער===
דערנאך קומט ווען די אויוועריס גרייטען אהן די [[איי|אייער]] פאר די גוף, דאס געשעהט דורך קאמפליצירטע הארמאנען וואס געפינען זיך און זענען אקטיוו אין א פרויס קערפער. דורך די צייט ווערט אויך אנגעגרייט דורך די קערפער די הארמאנען וואס בויען אויף די שיכט אין די רחם.
===[[אוויולעשאן]]===
בערך צו די 12טע טאג פאלט איין איי ארויס פון איינע פון די אוועריס, וועלכע פון די אוועריס דאס איז אזאך וואס איז נישט באקאנט, וויבאלד עס איז אהן קיין [[סדר]]. די איי פאלט אריין אין די פילויפיאן טובס. און ווארט דארט צו ווערן פערטילייזד דורך די [[זרע]] פון א [[מאן]]. דאס איז אזוי פאר בערך 48 [[שטונדע]].
א שליימיגע געפליסעכטץ ווערט דאן באמערקט אין די סערוויקס פון א פרוי, דאס איז דארט כדי צו אויפנעמען די זרע.
די קערפער פון די פרוי וועט פאר די קומענדיגע 2 וואכן פראדוצירען הארמאנען וואס וועלן אויפבויען א שיכט אין די רחם פון די פרוי כדי אנצוגרייטען פאר די מעגליכע פארטילייזד אייער ווי ס'זאל זיך איינפלאנצען.
די איי נעמט בערך 6 ביז 12 טעג זיך איינפלאנצען אין די רחם. און אויב ס'איז פערטילייזד וועט דאס לאזן וויסען פאר די קערפער דורך די הארמאנען. און דאן וועט די קערפער אויפבויען די איי אין די רחם.
אויב ס'איז נישט פערטילייזד דאן ווארפט דאס די קערפער ארויס צוזאמען מיט די שיכט וואס האט זיך אויפגעבויעט.
===די ווייען===
דורך די צייט פון די בלוטען קען די פרוי שפירען ווייטאגען אין איר [[בויך]].
==נדה אין [[הלכה]]==
דורך אויס די צייט פון ווען די [[פרוי]] הויבט אהן צו זעהן בלוט ווערט זי אנגערופען א נדה און זי איז [[טמא]] פאר [[קדשים]] און [[איסור|אסור]] פאר איר [[מאן]]. דאס איז אלס ביז ווען זי גייט אין [[מקוה]]. זי מעג אבער נישט גיין אין מקוה גלייך זי דארף ערשט צו ווארטן אז די טעג פון נדה זאל אריבער גיין (לייען ווייטער וועגן דעם).