אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אהרן טייטלבוים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 140:
ער האט געפירט א מלחמה קעגן די [[סאטמאר]] אנגענומענער מנהג און געזאגט אז ''מען האט אריינגעווארן א פלאק אין די מצות'' וואס האט זיך געהערט כאילו לויט אים האבן זיין טאטע און פעטער געגעסן חמץ, דערמיט וועלענדיג ווייזן אז ער איז פרומער ווי זיי.
 
==זיין [[תורה]]==
ער האט זיך יארן לאנג מקדש געווען על התורה ועל העבודה פון קינדווייז אן וואס ער האט געהאט גרויסע תלמידי חכחים וואס האבן מיט אים געלערענט פריוואט שטענדיג אים צו הייבן ער זאל קענען ווערן א מנהיג.
 
[[Image:cover.jpg|thumb|right|ספר חידושי תורה וואס אנטהאלט אלע חידושים וואס ר' אהרן טייטלבוים האט ערפינדן דורכאויס שבועות תשס"ו]] ער האט געדינט אלס ראש הכולל ראש ישיבה דיין און רב פאר ער איז געווארן א רבי.
 
ער איז פארעכנט ביי אסאך פון זיינע ארוינים אלס א וואונדערליכער בעל מחדש און מגיד. ער האלט רעגלמעסיג דרשות און שיעורים וואס ענהאלט פילפולים, רמזים, דברי חסידות אין ענליכס. ר' אהרן טייטלבוים האט שוין אפגעשריבן מערערע ספרי חידושי תורה אויף [[תורה]] און ש"ס. איבער 15 בענדער פון זיינע חידושים זענען שוין געדריקט געווארן. זיינע חסידים קוקן עס אלס א פאזיטיווער כשרון, פארגלײַכענדיג איהם צו זיין עלטער-פעטער ר' [[יואל טייטלבוים]], אבער זיינע קריטיקירער זעהן אין דעם בלויז א מיטל פאר גרויסהאלטערישקייט פון זאגן דברי תורה נישט צוליב מוסר נאר צו ווייזן אז ער איז א תלמיד חכם.
==זיין משפחה==
[[בילד:Aron by bencthen.jpg|left|thumb|250px|ביים בענטשן פון איין זייט זיין אייניקל און ר' מענדל'ס איידעם רב גאנץ און פון די אנדערע זייט ר' מענדעלע]]