אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אהרן טייטלבוים"

קיין רעדאקטירונג רעזומע
מ (אויפֿגעריכט פון באַנוצער יודל צוריק צום לעצטע ווערסיע פון באַנוצער שמאלץ)
אין אמת'ן מוז אנגעמערקט ווערן אז ר' אהרן האט געוואלט איבערבעטן קאשוי רב אבער קאשוי רב האט אים נישט געוואלט מוחל זיין אויף די פערזעהנליכע באליידינגונגען ווייל ער האט גענטפערט אז ער האט זיך ווייניג צוקראצט פון זיינע טשעפערייען דער עיקר איז די כפירה וואס ווילאנג ער פארמאכט נישט די סקול דיסטריקט קען ער אים נישט מוחל זיין. זיין פעטער ר' מאטעלע האט ער קיינמאל נישט איבערגעבעטן פארן אים אנרופן ''דער פראפשענעל בעל מוחאה'' אבער יענער איז דאך געגאנגען צו זיינע שמחות אלסן כבוד פון זיין ברודער ר' אהרןס שווער, ביז די קארט קעיסעס וואס די ארונים האבן נישט געוואלט ארויסגיין פון קארט האט ער אויך צוריק אפגעשניטן מיט אהרן.
 
===די וויינבערגער פרשה===
דאס האט זיך ארגינעל אנגעהויבן פון עפעס א פריוואטער אנגעלעגנהייט אין א משפחה וואס איז דאן דורך שווערע צייטן און דער סיטואציע האט זיך דערקייקלט אז מען האט באשולדיגט דעם [[פאטער]] מיט רשעות, און אים אזוי ארום געוואלט אנלייגן א [[קרימינאלע]] [[רעקארד]], אז ער זאל מוזן זיך [[גט]]ן און נישט קענען זעהן זיינע אייגענע קינדער. נישט קיין אנדערע ווי ר' אהרן'ס [[רעביצין]] מרת [[סאשע טייטלבוים]] אלייןס מיט די הילף פון די שטאטישע מוסדות דורך א [[סקול]] [[פרניסיפל]] מרת זילבערשטיין, האבן ל"ע פרובירט אנציוועבן און שפינען א גאנצער פארדרייעטער נידעריגער בלבול אויף דעם חרדישען חסידישען אינגערמאן, מיטן תירוץ אז זיי האלטן אז דער מאן מוז זיך גטן פון זיין ווייב לויט זייער מיינונג, וועלענדיג העלפן אן אידיש פרוי מיטן חשבון אז אויב וועט דערפון ארויסקומען א חילול ה' זענען שולדיג בלויז דיע וואס וועלן דאס פארציילן נישט זיי וואס וועלן דאס טאן.
 
די חרדישע וועלט האט זיך ערשט אויפגערודערט און דערוויסט דערפון ווען די 2 [[פרויען]] האבן גאר פערזעהנליך [[עדות]] געזאגט אין [[קארט]] אז די טאטע, וואס איז גראדע געווען א גרויסער [[חסיד]] פון ר' אהרן און נישט פארפעילט קיין איין [[טיש (חסידות)|טיש]], זאל חלילה האבן [[סעקס]]ואל [[באלעסטיגט]] און גע[[רעיפ]]ט זיינע אייגענע טעכטער, פארשטייט זיך אז דער איד האט עס געלייקענט און מיט די הילף פונעם וועלט בארימטן [[טוען]] ר' [[שמואל פריעד]] און נאך עסקנים, וואס די ארונים טענה'ען אז זייערע מאטיווען זענען געווען צו באגראבן ר' אהרן, האבן זיך דאן אריינגעלייגט צו העלפן די משפחה און זיך געשלאגן מיט ר' אהרן'ען און זיינע מוסדות, אדאנק דעם איז ער שפעטער גענצליך ריינגעוואשן געווארן אין געריכט און מען האט אויפגעוויזן, אז סאשע ר' אהרן'ס רעביצען נישט נאר וואס זי האט אנגעמאכט דעם גאנצן בלבול אויף דעם איד, נאר זי האט פערזענליך פרובירט רח"ל העצן די קליינע אומוויסענדע חרדישע תמימותדיגע מיידלעך, וואס האבן ניטאמאל געוויסט וואס עס רעדט זיך, אז זיי זאלן בלויז נאכזאגן פאר פאליציי און פאר א זשורי לעיני כל העולם, ווערטער וואס זיי פארשטיין נישט, (וואס איינע פון די זענען גאר א [[דאון סינדראם]] קינד וואס האט נישט קיין אייגן דעת) קעגן זייער אייגן טאטען, און אזוי ארום אויך נעמען א טייל אינעם אומדערהערטן מנובלישען אקט פון מאכן אזא היסטארישען בלבול, א דאנק דעם אויפדעקונג האט דער [[גוי]]אישער [[זשאזש]] ארויסגעווארפן דעם [[קעיס]] און גאר גערעדט קעגן די [[אידישע]] [[אמונה]] אז א חשובער [[רב]] ב[[ישראל]] זאלן אויסן צו טאן אזא זאך דערמיט מאכענדיג א [[היסטארישער]] [[חילול ה']].
 
אין יענע צייט האבן רוב רבנים זיך אריינגעמישט און שטארק געברויזט קעגן ר' אהרן, טענה'דיג צו אים אז אפי' לו יצויר ער איז נישט געווען דירעקט דער וואס האט עס ארגינעל געברענגט דערצו וואלט ער עס ווען געקענט אפשטעלן אין איין רגע, אבער זיינע חסידים האבן גענטפערט אז די משפחה האט געבטען ר' אהרן זיך אריינמישן, און אלס באווייז האבן זיי געוויזן אז זיין גבאי ר' [[חיים שלמה פישער]] איז דאך זיין נאנטסעטער מענטש און איידעם פונעם באטרעפנדען קרבן.
 
[[בילד:Aron by chnuka candles.JPG|left|thumb|250px|סאטמארע רבי ביי נרות חנוכה פון אונטן שטייט דער גבאי ר' חיים שלמה פישער]] אבער היינט צוטאגס איז די גאנצע משפחה קעגן ר' אהרן אחוץ די גבאי פישער, וואס ער באקומט באצאלט וועכענטליך פון די ארונים. ווייל אפילו אז זיין רעביצען מיט זיינע מנהלים פון זיינע מוסדות האבן דאס אנגעדרייט, אויף א רצון פון א פאמיליע מעמבער, און ר' אהרן האט אפשר פערזענליך גארנישט געוויסט דערפון אין אנפאנג פרשה, און שפעטער האט ער שוין נישט געטארט אריינרעדן ווייל עס איז געווען א פעדעראלער קעיס, און ממילא האט ער נישט געוואלט וויסן גארנישט דערוועגן. ממילא קען מען אים אפשר לויט אים נישט אנלייגן אלע פראבלעמן פון זיין ווייב און מוסדות און נאך איינגעשטעלטע מיט זיינע נאנטע שטוב מענשטן, האט ער דאך זיי געקענט הייסן אויפהערן.
 
די גאנצע משפחה וואס זענען אויך געווען די גרעסטע חסידים פון ר' אהרן ביז די פרשה, די חרדישע וועלט אין אירע אלע רבנים זענען זייער פארווייטאגט ווייל זיי זאגן אז זיי האבן אים געבעטן און געוויינט משך פון איבער 4 יאר חי וקיים ער זאל זיך אפלאזן פונעם קעיס און מען וועט דאס שיינערהייט און באהאלטערהייט אפווישן. אבער דאס איז שוין אריין אין א כבוד פאר די פארטיי אז מען מוז אויפווייזן אז זיין רעביצען סאשע איז יא געווען גערעכט פון אנפאנג און מען טאר איר נישט פארשעמען כאטשיג די עקשנות פון סאשע טראגט דאך די דירעקטע קאנסקווענסן חלילה אז זיי זאלן נישט קענען קיין שידוכים טאן לדורות אויב נעמט מען דאס ח"ו אן פאר אמת רח"ל.
 
די ענדע איז ברוך ה' דער אנגעקלאגטער ריינגעוואשן געווארן און די ריכטער מיט א זשורי האבן געמאכט ללעג ולקלס פון די סתירות און רשעות וואס די אנקלעגער האט דא געוואלט טאן און די חזקת כשרות פון אידן זענען צוריקגעשטעלט געווארן על מכונם צום פרידן פון יעדן.
 
פילע קעגנער פון ר' אהרן האלטן אבער אז די פלעק פון דעם היסטארישען סקאנדאל איז געבליבן פארשמוצט אויף ר' אהרן'ס קאנטע לדוראן עולם, סיי צוליב וואס אנדערע אידן וועלן דאס נאכטאן צו ארויפלייגן א בלבול אויף א מאן אויב וויל מען א גט און סיי צוליב די צער פון אזוי מיאוס פארשמוצען א משפחה בישראל לעיני כל העולם.
 
===די אדמור"ת מלחמה קעגן זיין ברודער===
773

רעדאקטירונגען