אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "זלמן לייב טייטלבוים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 9:
 
אויך זאגן די אהרונים אז פארן סטאנדארד פון א רב, איז ר' זלמן לייב אן עם הארץ, כאטשיג ווען ער קוקט זיך פאר קען ער זאגן א פשעטיל און א שיעור, אבער די וויכטיגע טעגליכע ידיעות ווייסט ער ווייניגער ווי א געווענליכער פרומער איד, צום ביישפיל צוויי אינצידענטן וואס זיי צייגן אן, איינס האט ער [[תשס"ג]] פורים בייטאג ביי מגילה ליינען נישט געלאזט זיין טאטע זאגן א שהחיינו, און אויך ערב פסח תשס"ב ביי מצות באקן האט ער געזאגט די לעצטע שטיקל פון הלל יהללוך וואס מ'זאגט קיינמאל.
 
נאך א זאך וואס ווערט אנגעוויזן אויף זיין אומוויסענדקייט פון פשוט'ע מנהגים און מסורה איז תיכף נאכן פטירה פון זיין טאטע האט ער זיך געזעצט אויף זיין טאטענס שטענדער אין ביהמ"ד, אזאך וואס איז שוין מקובל פון אלע חסידישע רבי'ס, אז מ'זעצט זיך הערשט ביים ערשטן יארצייט, אזוי האט געטאן ר' [[זלמן לייב סיגוטער]] [[הי"ד]], דער [[עצי חיים]], און [[קדושת יו"ט]] און אווי האט אויך דער ברך משה געטאן ווען ער האט [[ממלא מקום]] געווען ר' יואל זצ"ל.
 
די זאליס זאגן אז דאס איז אלעס נארישקייטן און אויפגעבלאזענע מעשיות, און אדרבא דאס ווייזט אז ער איז א מענטש וואס איז מעורב בין הבריות און DOWN TO EARTH, און די אלע אזוי גערופענע עם הארצות זענען בלויז טעותים וואס דער גרעסטער מענטש קען מאכן. זיי ווייזן אן אז אין פארגלייך צו אהרן זיין ברודער איז ער א איינשטיין ווייל כידוע רעדט דאך יענער און פירט זיך זייער נישט מענטשליך.