אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אהרן טייטלבוים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 26:
די ארונים עטנפערן אז דאס איז גוט און ריכטיק. לויט זיי, האט גאר די סאטמארע רבי זי"ע אויך געהאלטען אזוי אז אדרבא מען דארף יא רעדן אפען ברייט און פרטית'דיג פון די [[מנובל]]ושע [[ענינים]] אפילו פאר אינגערע, כדי עס איינצוצוימען בעוד מועד, און אז מען זאלען וויסען [[פונקט]]ליך די חומר הענין נאך פון [[קינד]]ווייז אן, און נישט זיך אפהאלטן פון רעדן [[גראב]] אלס [[פחד]] פון מעורר זיין זייער [[תאווה]] ווייל ביי [[נאטור]]ליכע זאכן וואס זיי גייען סיי ווי געוואור ווערן דורך [[פארדארבענע]] זאלן זיי ענדערשט דאס געוואור ווערן דורך [[הייליג]]ע לייט, און לויט די ארונים איז דאך ר' אהרן פארשטענדליך הייליג.
 
די קריטירער טענה'ען אבער אז דער פאקט איז נישט גענצליך ריכטיק, ווייל אמת די סאטמאר'ע רביס ר' [[יואל טייטלבוים]] און זיין [[ממלא מקום]] דער [[ברך משה]] האבן אפשר יא גערעדט פון די [[פראבלעם]] אפען אבער גאר אנדערשט. (עס איז א מחלוקת צו זיי האבן געלאזט די [[מלמד]]ים רעדן אזוי, ר' [[ישעי' יעקב שטויבער]] שרייט אז [[יא]], און רוב [[חינוך|מחנכים]] אין סאטמאר האבן געזאגט אז ניין.) איך שיהיה ווען ר' [[יואל טייטלבוים]] האט כמנהג אבותיו יא געשריגן איבער [[צניעות]] איז דאס געווען [[שובבי"ם]] ביי די [[שלוש סעודות]] [[תורה]] בדווקא, ווען עס הערשט א געוואלדיגער [[פחד]] און [[יראת שמים]] אן קיין אפענקייטן נאר בלויז דברי תשובה והתעוררות פון ''יענע מעשה''' בלשון רמז אן ברייטקייט אויף יידיש נאר מיט תורה פראזן און וויינערייען. דאס רעדן אזוי רואיג און שטארק אויף [[צניעות]] איז נאך דערווייל נישט געהערט געווארן פון זיי און דאס איז א נייער איינשטעל פון ר' אהרן, אבער וויבאלד ער דינט אנדערשט ווי זיין טאטע און פעטער וואס זענען בלויז געווען רעביס און אדמורי"ם נאר ער זעהט זיך אלס רב פון קרית יואל אויכט טוט ער ביידע זאכן און מער פון זיינע פארגייער, און אויך צוליב דעם וואס זיין דרך איז אנדערשט ווי זיי מיט דעם וואס ער איז מער ווי א תורה און קעמפער פאר אידישקייט ווי זיין פעטער, אבער אויך מער ווי א פשטן ווי זיין טאטע, איז זיך מתמזג ביי אים אט דער פרט אנדערשט און מער ארגינעל ווי זיינע פארגייער. ווי אויך איז דער דור נידעריגער פעלט זיך אויס מער פרטית'דיג מעורר זיין אויף גראבע זאכן וואס איז אמאל נישט געווען שייך.
 
זיין סטייל פון רעדן ווערט אויך נשפע פון זיין מאדנער שרייען און גריזשען העכער זיין נאטורליכער קאנטראל, וואס ער איז אזוי געווארן צוגעוואנט צוליב דעם וואס ראשית יארן ווען ער איז געווארן רב אין קרית יואל האט מען אים געשיקט צו א קול טעראפיסט צו קענען דאווענען און יענער האט אים אריינגעלייגט א קול וואס איז מער געאייגענט פאר אפזאגן אליינס זיינע ווערטער ווי א שליח ציבור וואס דאווענט פאר טויזענטע אידן. און ער האט דאס שוין אנגעהויבן נוצן אויף נארמאל דעריבער ביי זיינע דרשות קומט דאס ארויס מיט אזא קעמפערישע און אנכי ואפסידיגער טאן, און דאס ווייזט לאו דוקא אויף זיין אמת'דיגער מהות.