אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אהרן טייטלבוים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 59:
==זיינע קאנטראווערסיאלע קאמפן==
ער איז פארעכענט דורך זיינע קעגענער אלס א קעמפער און שלעגער וואס פאסט נישט פאר א רב. אבער זיינע חסידים זעהן דוקא אין דעם קוואליטעטן פאר א מנהיג.
===דיזיין רבנות אין קרית יואל===
אין ווינטער תשמ"ה איז ר' אהרן אויפֿגענומען געווארן אלס רב אין [[קרית יואל]] אויפֿן דירעקטן באפֿעל פון זיין טאטן, ר' משה. טייל אנאליסטן האלטן אז דער אורזאך פון זיין טאטן אריין צו שטעלן ר' אהרן אין קרית יואל איז געווען צו פֿארשטערקערן זיין מאכט אין דעם שטעטל וואס איז געווען אנגעוואוירן צוליב די וואקסענעדע התנגדות קעגן אים, בעיקר די עלעמענטן וואס זענען געווען אין מאכט אין די צייטן פֿון ר' [[יואל טייטלבוים]], און האבן דאס פֿארלוירן נאכן הסתלקות פֿון ר' יואל. אט די קעגענערס האט מען אנגערופֿן '''רביצין מענטשן''', צוליב דעם וואס זיי האבן זיך ארומגרופירט ארום דער רביצין פון ר' יואל, מרת [[אלטא פֿייגא טייטלבוים]], (טייל האבן אפי' געהאלטן אז די רביצין זעלבסט איז געווען קעגן ר' [[משה טייטלבוים]], דאס איז אבער נישט קלאר).