אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אהרן טייטלבוים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 109:
ווען ר' אהרן איז געוואור געווארן אז דער רב וואס האט מגייר געווען די ווייבל איז איינער פון זיינע קעגנער האט ער באשלאסן צו שלאגן פאליטישע קאפיטאל און מאכן א שטונק דערקעגן זאגענדיג אז די מאמע, א צובראכענע אלמנה און רעספעקטירטער חשובע פרוי, וואס האט דאס געהערט די עצה פון אים זאגט ליגענט.
 
ער האט ליידער מיט זיין גאווה און שחצנות אליין מפרסם געווען די מעשה וואס קיינער האט נישט געוויסט דערמיט זאגענדיג אז די פראבלעם מיטן גיור איז אז אנדערע וועלן דאס נאכטאן, און אזוי ארום באשמוצט די משפחה אויף די גאנצע וועלט, עס האבן זיך צו אים דאן צוגעשטעלט 2 [[ליטווישע]] רבנים, ר' [[שמחה בונם קאהן]] פון [[לעיקוואד]] און נאך איינער פון בארא פארק. וואס האבן געזאגט אז אין זייערע קרייזן איז דאס יא שכיח אז אידן פארליבן זיך אין גויט'עס דעריבער מוז מען דאס באקעמפן כאטשיג אין סאטמאר קרייז איז דאס דערווייל נישט שכיח ממילא וואלט דאס איינצעלער אויסנאם אויב עס איז ווען שטיל נישט געווען א פראבלעם.
 
ר' [[יחזקאל ראטה]] וואס איז א פוסק פאר מאדערענע קרייזן אויך האט זיך דאן יא צוגעשטעלט צום דעם מערכה פון ר' אהרן על אף די קאנסקווענסן וואס דאס האט ל"ע געהאט אויף דעם פרומען קרייז.