אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אהרן טייטלבוים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 19:
 
===זיין רעדן סטיל===
טראץ וואס כמעט אלע זיינע רעדעס זענען אלס געווען מער איבער תורה אין חידושים און נישט דוקא אקטועלע ענינים בדברים העומדים על הפרק, ווערט אבער ר' אהרן אידענטיפיצירט דורך זיינע קריטיקירער בייפון די געציילטעפילע דרשות וואס ער האט במשך זיין לעבן שוין געהאלטען איבער קאנטראווערסיאלע ענינים און די וועג ווי אזוי ער האט זיך אויסגעדרוקט, טייל בענין [[פאליטיק]], וואס ער האט זיך אויסגעדרוקט מער ווי א [[סאלדאט]] ווי איידער א [[גענעראל]], מיט לאזונגען און העצערייען פון מחלוקת וואס פאסט נישט, לויט זיינע קעגנער, פאר א איד, נאכדערצו א רב ומנהיג בישראל. וואס ווערט גענוצט דורך זיינע קעגנער ווי א [[פייל]] קעגן אים אז ער איז נישט ראוי צו זיין א [[פירער]], וויבאלד ער קען נישט אכטונג געבן וואס ער רעדט ארויס פון מויל.
 
זיינע אנהעגערס פארטיידיגען אבער אלע דרשות אז עס האבן זיך אויסגעפעלט לצורך השעה און לצורך הענין, און אלעס פון מחלוקת איז נאר געווען לכבוד דעם טאטען ובשליחותו אים צו פארדייטיקן און נישט ח"ו זיך אלייןס.