אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אהרן טייטלבוים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ אויפֿגעריכט פון באַנוצער סטיוו ווינדער צוריק צום לעצטע ווערסיע פון באַנוצער שמאלץ
אין תקציר עריכה
שורה 44:
זינט דעמאלטס האט זיך פארמירט אין קרית יואל בפרט, און אין סאטמאר בכלל, צוויי שטארקע קעגן זייטיגע פראקציעס, איינס, די חסידים פון ר' אהרן און די אנדערע די שונאים. ביי ביידע צדדים זענען דא מענטשן וואס האלטן פון ר' אהרן פערזענליך גענצליך פארקערטע עקסטרעמע מיינונגען. צווישן די חסידים זענען דא א סך וואס האלטן אז ער איז א גרויסער צדיק, א הייליגער איד - גרעסער ווי זיין טאטן און ענליך צו זיין עלטער פעטער, ר' [[יואל טייטלבוים]]. ווידער פון זיינע מתנגדים זענען דא וואס האלטן אז ער איז א גרויסער זינדיגער אזוי ווי [[שבתי צבי]] און איז א געפאר פאר אידישקייט ווייל ער פירט אראפ אידן פון דעם פרומען וועג.
 
==פרשת וויינבערגער==
די פרשת וויינבערגער איז א סקאנדאל האט ארגינעל זיך אנגעהויבן מיט ר' אהרן'ס רעביצען מרת סאשע און א [[סקול]] [[פרניסיפל]] מרת זילבערשטיין וואס האבן עדות געזאגט אין קארט אז א טאטע זאל האבן [[סעקס]]ואל [[באלעסטיגט]] און גע[[רעיפ]]ט זיינע אייגענע טעכטער למעשה האט דער פאטער געלייקענט און איז ארויס אויף די פריי.
 
אין יענע צייט האבן רוב מענטשן וואס זענען געווען פארמישט דערין שטארק געברויזט קעגן ר' אהרן, טענה'דיג אז אפי' לו יצויר ער איז נישט געווען דער וואס האט עס ארגינעל געברענגט דערצו וואלט ער עס ווען געקענט אפשטעלן אין איין רגע, אבער זיינע חסידים האבן גענטפערט אז די משפחה האט געבטען ר' אהרן זיך אריינמישן, (ווארשיינליך די צד משפחה וואס האט געשטיצט די אנקלאגע), און אלס באווייז האבן זיי געוויזן אז זיין גבאי ר' [[חיים שלמה פישער]] איז דאך זיין נאנטסעטער מענטש און איידעם פונעם באטרעפנדען קרבן. אבער היינט צוטאגס איז די גאנצע וויינבערגער משפחה קעגן ר' אהרן אחוץ די גבאי פישער.
 
אויך טענה'ן ר' אהרן'ס שטיצער אז ער האט גארנישט געוויסט אין אנפאנג פרשה און שפעטער האט ער שוין נישט געטארט אריינרעדן ווייל עס איז געווען א פעדעראלער קעיס, און ממילא האט ער נישט געוואלט וויסן גארנישט דערוועגן. ממילא קען מען אים נישט אנלייגן אלע פראבלעמן פון זיין ווייב און מוסדות וואס די פרינספל און אירע איינגעשטעלטע זענען געווען בראש פונעם בלבול ווייל זיי זענען דאך געווארן אינוואלווד לכתחילה אויפן פארלאנג פון די משפחה.
 
די איבעריגע משפחה מיטגלידער וואס זענען געווען די גרעסטע חסידים פון ר' אהרן ביז די פרשה, זענען זייער פארווייטאגט ווייל זיי זאגן אז זיי האבן אים געבעטן און געוויינט חי וקיים ער זאל זיך אפלאזן פונעם קעיס און מען וועט דאס שיינערהייט און באהאלטערהייט אפווישן. אבער דאס איז שוין אריין אין א כבוד פאר די פארטיי אז מען מוז אויפווייזן אז סאשע איז יא געווען גערעכט פון אנפאנג און מען טאר איר נישט פארשעמען כאטשיג דאס האט פארשעמט די משפחה אין געהאט די קאנסקווענסן חלילה אז זיי זאלן נישט קענען קיין שידוכים טאן לדורות אויב נעמט מען דאס ח"ו אן פאר אמת רח"ל.
 
די ענדע איז ברוך ה' דער אנגעקלאגטער ריינגעוואשן געווארן און די ריכטער מיט א זשורי האבן געמאכט ללעג ולקלס פון די סתירות און רשעות וואס די אנקלעגער האט דא געוואלט טאן און די חזקת כשרות פון אידן זענען צוריקגעשטעלט געווארן על מכונם צום פרידן פון יעדן.
 
פילע קעגנער פון ר' אהרן האלטן אז די סקאנדאל איז געבליבן פארשמוצט אויף ר' אהרן'ס קאנטע לדורן עולם.
 
==די מחלוקה איבער די אדמור"ת==