אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אביגדור מילער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 76:
## ער האט אפילו אויסגעצאלט די [[קאר סערוויס]] פאר ר' [[יצחק לייב וויינגארטען]] אהיים קיין וויליאמסבורג און נאך עסקנים מיט אים וואס ער האט געהייסן קומן זיך דורכרעדן וועגן דעם ענין און דורכטאן, ווען ער האט זיי געגעבן דעם ענוועלאופ האבן זיי געמיינט אז דא ליגט באהאלטן אן איסור אויפן סקול דיסטריקט, ער האט זיי אבער באפוילן שטרענג זיי זאלן נישט עפענען דעם בריוו ביז זיי זענען אין וויליאמסבורג, אין קאר האבן זיי שוין געפענט דאס און געזעצן די 30 דאלער האבן זיי פארשטאנען זיין פקחות, אז ער האט זיך נישט געוואלט טענה'ען מיט זיי.
# זיין טאטע און מאמע זענען נישט געווען קיין רבנים, נאר פשוטע ארבייטארער, און ער האט געלערנט אין פובליק סקול און זיינע אלע איגענט חברים און ברודער און שוועסטער האבן פארלאזט אידישקייט און ער האט זיך אלייןס מלחמה געהאלטן מיט זיין סביבה אויסציוואקסן אן היסטארישער גדול בישראל.
=== [[התמדה]] ===
פארגעלערנט זעקס און דרייסיג שיעורים א וואך. נישט קיינמאל געגאנגען אין ערגעץ נישט זיך נישט צו שטערן פון זיינע שיעורים, אפילו צו די אייגענע אייניקלעך'ס חתונה, פלעגט ער קומן, אפטאנצען מיט די מאנטל אין די הענט, און זיך אוועק גיין צוריק צו זיין גמרא.
 
ר' [[מרדכי גיפטער]] האט געזאגט אז די ''אפגעריבענע צוריסענע ערבלעך פון זיין חאלאט וואס האט זיך שוין צולעכערט פון אזויפיל רייבן אויפן שטענדער נאכאנאנד האט אים געמאכט אויך גיין לערנען תורה'' ד.ה. די אזא תשוקהדיגער התמדה וואס ער האט געזעהן ביי ר' אביגדור האט אים באיינפלוסט אז אפשר איז יא עפעס גוטס אין די תורה. און ער איז דערנאך אויפגעוואקסן ר' מרדכי גיפטער דער מנהיג ישראל פון טעלז.
 
די בחורים אין חיים בערלין פארציילן אז ער האט נישט זיך געפירט ווי קיין געהעריגער משגיח נאר ער פלעגט זיך אראפזעצן ביים טיר און זיך לערנען און זיך נישט קימערן מיט גארנישט נאר טאמער מען איז געקומען שפעט האט ער געהייסן געבן געלט. זיי האבן קיינמאל פון אים געהערט עפעס השקפה אדער רעדן מיט די בחורים פריוואט, ער האט בלויז געלערנט פאר זיך בלאט נאך בלאט אגאנצען טאג און אויפגעפאסט מען זאל נישט קומען שפעט.
 
=== [[קנאות]] ===