אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אביגדור מילער"

האט ער באפוילן פאר אלע זיינע מענטשן צו מופן קיין וויליאמסבורג אדער בארא פארק אדער ארצפצו פון פלעטבוש ווא איז געווען פרומער, ער פלעגט אויך אויפאדען אז מען זאל זיך באטייליגן אין פרומע חרדישע צוזאמקנופטן אפילו דאס איז נישט ממש פאר תורה. ער האט באפוילען יעדן צו גיין צו די סיום השס און צו די בעלזע חתונה און צו די סאטמארע יערליכע [[כ"א כסליו]] [[מסיבות]], זאגענדיג דייקא נישט צוליב די תורה נאר צוליב דעם אז איבעראל ווי עס איז דא א גרויס צוזאמקום פון אידן רוהט די שכינה אין מער פראפאראנץ ווי א קליינער צוזאמקום. און אויב איז דאס היסטאריש גרויס אין פאפולאציע איז דער שכינה דארטן אין היסטארישע פראפאראנצן.
===זיין לוויה===
בעמעד פון צענדליגע טויזענטע אידן האט מען ארויסבאגלייט זיין ארון פון זיין באשיידען הויז און שול'כל אפצופארן אויף וועג קיין [[קענעדי עירפארט]] עס האבן זיך באטייליגט און מספיד געווען ר' [[חיים פנחס שיינבערג]], ר' [[יוסף ראזענבלום]], ר' [[שמואל בירענבוים]], אן [[אייניקל]] זיין [[ממלא מקום]] אלס רב אין זיין לעצטער שול, ר' [[יעקב פערלאוו]], פון נאוואמינסק און אגודת ישראל. ר' שמואל מילער זיין עלטסטער זון, און זיין אייניקל ר' [[שמחה בונם כהן]] פון לעיקוואד וואס האט געבעטען מחילה בשם כל ישראל אז מען האט נישט איינגעזעהן זיין גדלות און מען האט חוזק געמאכט פון אים איבעראל בשעת ער האט געלעבט דאס האט נישט איבערגעלאזט קיין איין טרוקן אויג ביי די פארזאמלטע און קולות ויללות האבן בוקע געווען רקיעים פון עלטערע אידן רבנים און קיינער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן פון וויינען.
 
ער איז געקומען לקבורה אויפן הר הזתים במעמעד פון טויזענטע אידן, עס האבן דארטן מספיד געווען ר' [[משה שטערנבוך]] און תלמדים און די קינדער.
612

רעדאקטירונגען